ייִדישער ביליאָנער העלפֿט אַראַבער פֿון נצרת

Jewish Billionaire Helps Arabs in Nazareth

בײַ דער עפֿענונג פֿונעם פּאַרק: אין צענטער — סטעף ווערטהײַמער; לעבן אים — דער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס
בײַ דער עפֿענונג פֿונעם פּאַרק: אין צענטער — סטעף ווערטהײַמער; לעבן אים — דער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס

פֿון נתן דזעפֿיי (Forward)

Published June 25, 2013, issue of July 19, 2013.

סטעף ווערטהײַמער האָט ערשט פֿאַרדינט ביליאָנען בײַם פֿאַרקויפֿן זײַן פֿירמע, וואָס ער האָט אָנגעהויבן אין זײַן הויף, צום ביליאָנער וואָרען באָפֿעט. וואָלט מען אפֿשר געדאַרפֿט מיינען, אַז איצט קאָן זיך דער 86־יאָריקער ווערטהײַמער אָפּגרוען. אָבער ניין — ווערטהײַמער, איינער פֿון די רײַכסטע בירגער פֿון ישׂראל, וועט ערשט איצט אַרײַנלייגן אַ סך כּוח אין דער אַראַבישער שטאָט נצרת. דאָרטן, בשעתן באַזוך פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט שמעון פּערעס, האָט ער לאַנצירט אַן אינדוסטריעלן פּאַרק פֿאַר 22 מיליאָן דאָלאַר, וואָס וועט שאַפֿן, ווי מע האָפֿט, אַ 1000 שטעלעס.

דער פּאַרק, אַ טייל פֿון ווערטהײַמערס גרויסן חלום פֿון ענגער ייִדיש־אַראַבישער מיטאַרבעט און נאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג, קלינגט ווי איינער פֿון אַ סך אידעאַליסטישע קאָ־עקזיסטענץ־פּראָיעקטן. אָבער דעם דאָזיקן פּראָעיקט שטיצן די הויפּט־אַראַבישע פֿירער, נישט נאָר די שלום־אַקטיוויסטן. דער אויפֿזעער פֿון דעם פּראָיעקט איז שאַווקי כאַטיב, דער פֿאָרזיצער פֿון דער הויפּט־גרופּע פֿאַר די ישׂראלדיקע אַראַבער — „דער הויכער נאָכגיי־קאָמיטעט‟ (High Follow-up Committee), וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1976, נאָך דעם ווי 6 אַראַבער זענען אומגעקומען בעתן געשלעג מיט דער פּאָליציי און אַרמיי.

זיצנדיק אין זײַן ביוראָ אין תּל־אָבֿיבֿ, מיט אַ שיינער פּאַנאָראַמע פֿונים מיטלענדישן ים, האָט ווערטהײַמער קלאָר אויסגעדריקט, ווי אַזוי ער וועט אויסגעבן זײַן קאַפּיטאַל — „איך דאַרף דאָס געלט אויפֿצובויען פּאַרקן‟, האָט ער דעם Forward דערציילט. „איך וויל בויען נאָך פּאַרקן; דאָס איז מײַן איינציקער אינטערעס.‟

די שכנישע ייִדישע שטאָט נצרת־עילית האָט שוין עטלעכע אינדוסטריעלע געגנטן, צווישן זיי דער גרויסער „ציפּורית‟־אינדוסטריעלער פּאַרק. אָבער ביז אַהער האָט מען נאָך נישט געבויט קיין איין אינדוסטריעלן פּאַרק אין אַן אַראַבישער געגנט אין גאַנץ ישׂראל. פּערעס שטיצט ווערטהײַמערס וויזיע — „וואָס קען זײַן בעסער צו העלפֿן דער קאָ־עקזיסטענץ פֿון די אַראַבער מיט ייִדן?; ס‘איז טאַקע וויכטיק, נישט קיין פּוסטע ווערטער‟, האָט ער געזאָגט בײַ דער עפֿענונג, דעם 23סטן אַפּריל.

דער נײַער אינדוסטריעלער פּאַרק אין נצרת
דער נײַער אינדוסטריעלער פּאַרק אין נצרת

אינעם אינדוסטריעלן פּאַרק שטייט אַן אויסטערלישער מאָדערנער בנין מיט קונסט־אויסשטעלונגען אין די עפֿנטלעכע פּלעצער; אַ געפֿיל פֿון אַן ערשט־קלאַסיקן אוניווערסיטעט, נישט קיין פּלאַץ פֿאַר מאַנופֿאַקטור. אין עטלעכע וואָכן אַרום וועלן שטראָמען אַראַבישע און ייִדישע אַרבעטער צו, און פֿון — אַראַבישע פֿירמעס ווי „אַלפֿאַ אָמעגעאַ‟ אינעם פֿעלד פֿון „נעווראָ־וויסנשאַפֿטלעכער טעכנאָלאָגיע; אינטערנאַציאָנאַלע פֿירמעס, ווי די פּראָגראַמוואַרג־פֿירמע „אַמדאָק‟; און מע האָפֿט, אין דער צוקונפֿט, אויך די ייִדישע פֿירמעס. שטײַערן, בענעפֿיטן און סובסידיעס וועלן מוטיקן פֿירמעס אַהער צו קומען — אַ טייל פֿון לאַנד, וואָס די רעגירונג האָט אָנערקענט ווי נייטיק צו אַנטוויקלען.

דערווײַל זענען בלויז 40% פֿון די ביוראָען פֿאַרדונגען. די נצרת־אײַנוווינערין אַמאַל אַײַיוב, די ערשטע אַראַבישע פֿרוי אין ישׂראל אָנצופֿירן מיט אַ נײַער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגישער פֿירמע, איז נישט זיכער, אַז מער פֿירמעס וועלן פֿאַרדינגען ערטער. דער פּאַרק „וועט זײַן ליידיק, סײַדן די רעגירונג ברענגט אינדוסטריעס צום אַראַבישן סעקטאָר‟, זאָגט זי. אָבער דער אַראַבישער בירגערמײַסטער פֿון נצרת, ראַמעז דזשאַרײַסי, וועלכער איז בײַגעווען בײַ דער עפֿענונג, איז מער באַגײַסטערט. אויב אַלץ וועט גיין כּשורה, וועט דער פּאַרק שאַפֿן אַרבעט און שטײַערן־געלטער פֿאַר נצרת.

די לעצטע זעקס יאָר האָט ווערטהײַמערס פֿירמע „איסקאַר‟ פּראָדוצירט מעטאַלענע געצײַג. זײַן לעבנס־דרך ביז הײַנט איז אַ קאָמפּליצירטער. אינעם אינטערוויו מיטן Forward האָט ער זיך דערמאָנט זײַן פּאָליטישע אַמביציעס אין 1977, ווען ער איז געווען אַ פֿאָרשטייער פֿון דער פּאַרטיי ד״ש (תנועה דמוקרטית לשינוי) און דערנאָך פֿון דער „שינוי‟־פּאַרטיי. „כ׳בין נישט געווען אַזוי מצליח‟ האָט ער דעקלערט. אין 1981 האָט ער פֿאַרלאָזט די כּנסת און אָנגעהויבן רעאַליזירן זײַן וויזיע פֿון אינדוסטריעלע פּאַרקן — ער רופֿט עס „אַ קאַפּיטאַליסטישע קיבוץ־סיסטעם‟ — כּדי צו אַנטוויקלען אינדוסטריע. דערווײַל האָט ער עטאַבלירט זעקס אַזוינע פּאַרקן אין ישׂראל, אַלע אַלע צענטראַל־שטאָטישע שטחים, וווּ אַראַבער און ייִדן זענען צוזאַמענגעבראַכט געוואָרן.

ווערטהײַמער, וועלכער איז אָנגעקומען קיין פּאַלעסטינע אין 1947 ווי אַ פּליט פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, באַטראַכט ישׂראל ווי אַ לאַנד פֿון פּליטים, וואָס ראַנגלט זיך צו געפֿינען עפּעס בשותּפֿות צווישן די בירגער. ס‘איז אַ „לאַנד אָבער נישט קיין פֿאָלק‟ זאָגט ער, און מע דאַרף אַ נײַעם ציל, כּדי צונויפֿבינדן די באַפֿעלקערונג — איינע, וואָס וועט פֿאַראייניקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג מיט אירע פֿאַרשיידענע געשיכטעס, און וועט לאָזן די אַראַבישע בירגער ווערן גלײַכע שותּפֿים. עס קען בלויז געשען דורך אינדוסטריע‟, זאָגט ער — „מיר האָבן נישט קיין אַנדער ציל. צי דאַרף מען האָבן נאָך אַדוואָקאַטן? עס וועט נישט טויגן; מיר האָבן נישט גענוג גנבֿים‟.