געהײַמער חורבן אין צפֿון־קאָרעע

A Hidden Holocaust in North Korea

שין דאָנג־הײַיוק, אַ פּליט פֿון צפֿון־קאָרעע און מענטשן־רעכט־אַקטיוויסט אויף אַ דעמאָנסטראַציע פֿאַר מענטשן־רעכט אין צפֿון־קאָרעע, מחוץ דעם „ווײַסן הויז‟, וואַשינגטאָן, יולי 2012.
Chip Somodevilla/Getty Images
שין דאָנג־הײַיוק, אַ פּליט פֿון צפֿון־קאָרעע און מענטשן־רעכט־אַקטיוויסט אויף אַ דעמאָנסטראַציע פֿאַר מענטשן־רעכט אין צפֿון־קאָרעע, מחוץ דעם „ווײַסן הויז‟, וואַשינגטאָן, יולי 2012.

פֿון כּנען ליפּשיץ (ייִט״אַ)

Published June 25, 2013, issue of July 19, 2013.

ווען די וועכטער האָבן געשלעפּט שין דאָנג־הײַיוק פֿון זײַן צפֿון־קאָרעער תּפֿיסה-צעל אין 1995, איז ער געווען זיכער, אַז זײַן סוף וועט באַלד קומען.

דאָנג־הײַיוק, דעמאָלט בלויז 13 יאָר אַלט, איז געבוירן געוואָרן אין אַ תּפֿיסה מיטן נאָמען „קעמפּ 14‟, אַ טייל פֿון אַ תּפֿיסה־נעץ פֿאַר פּאָליטישע געפֿאַנגענע, וואָס איז אפֿשר די גרעסטע אויף דער וועלט, וווּ אַן ערך 150,000 דיסידענטן און זייערע משפּחות וווינען אין אַ מצבֿ ענדלעך צו די קאָנצענטראַציע־לאַגערן פֿונעם חורבן.

צום סוף, האָט מען אים צוגעפֿירט, ער זאָל זען ווי מע דערשיסט זײַן ברודער און הענגט אויף זײַן מאַמע. „מע האָט געוואָלט איך זאָל צוקוקן‟ האָט דאָנג־הײַיוק דערציילט, הײַנט 31 יאָר אַלט צו איט״אַ אין בריסל. אין 2005 איז ער געווען דער איינציקער מענטשן צו אַנטלויפֿן פֿונעם „קעמפּ 14‟, און הײַנט פֿאָרט ער אַרום מפֿרסם צו זײַן ווי אין צפֿון־קאָרעע ווערן באַהאַנדלט די פּאָליטישע דיסידענטן. 5 מאָל איז דאָנג־הײַיוק געפֿאָרן צום חוברן־מוזיי אין וואַשינגטאָן און אין 2009 האָט ער זיך באַגעגנט מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין לאָס־אַנדזשעלעס בײַם „שמעון וויזענטאַל־צענטער‟. שפּעטער, דאָס יאָר, האָט ער בדעה צו פֿאָרן קיין „יד־ושם‟ אין ירושלים.

דער מענטשן־רעכט־ראַט בײַם „יו־ען‟ אין זשענעוו האָט שוין דורכגעפֿירט 19 סעסיעס, אָבער נישט קיין איינע וועגן צפֿון־קאָרעע. ישׂראל איז געווען די טעמע פֿון 6 סעסיעס — מער ווי דער סירישער בירגער־קריג אין וועלכן עס זענען דערווײַל אומגעקומען 90,000 מענטשן; מער ווי בעתן גענאָציד אין דאַרפֿור, אַפֿריקע, אין וועלכן הונדערטער טויזנטער זענען געשטאָרבן.

„דורך די שרעקלעכע געשיכטעס פֿון די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, זע איך מײַן אייגן לעבן אין די לאַגערן‟, האָט דאָנג־הײַיוק געזאָגט. „וואָס קומט פֿאָר אין צפֿון־קאָרעע איז אפֿשר ערגער ווי דער חורבן. די נאַציס זענען געווען אַקטיוו 12 יאָר, אָבער די פֿאַרשקלאַפֿונג אין די לאַגערן פֿון צפֿון־קאָרעע גייט שוין צו צענדליקער יאָרן‟, האָט געזאָגט יון יאָ־סאַנג, דער פֿירער פֿון אַ מענטשן־רעכט־גרופּע אין סעול, דרום־קאָרעע.

„מיר זענען תּמיד געווען הונגעריק. טייל מענשטן האָבן געגעסן שטשורעס און אינסעקטן איבערצולעבן. 23 יאָר לאַנג בין איך געווען הונגעריק. איך האָב געטראָגן וואָס מע האָט מיר געהייסן טראָגן; געגעסן וואָס מע האָט מיר געהייסן עסן; געטאָן וואָס מע האָט מיר געהייסן טאָן‟, האָט דאָנג־הײַיוק דערציילט ווײַטער.

די צפֿון־קאָרעער רעגירונג לייקנט די עקזיסטענץ פֿון די לאַגערן פֿאַר פּאָליטישע געפֿאַנגענע. אַזוי ווי קיין אַנדערע אַנטלאָפֿענע, ווי דאָנג־הײַוק, זענען נישטאָ, איז שווער צו באַשטעטיקן זײַן עדות. ער איז אַריבערגעקראָכן דורך דיעלעקטריזירטע דראָטן צו אַנטלויפֿן. צו פֿוס איז ער געגאַנגען קיין כינע און אונטערגעקויפֿט די באַאַמטע אויף זײַן וועג, מע זאָל אים לאָזן ווײַטער גיין. הײַנט וווינט ער אין דרום־קאָרעע, וווּ ער פֿירט אָן מיט אַן אָרגאַניזאַציע וואָס איז מפֿרסם די אונטערדריוקנג פֿון די גאַפֿאַנגענע.

„צו פֿיל אויפֿמערק גיט מען אָפּ דעם פּרעזידענט פֿון צפֿון־קאָרעע און זײַן ווײַב, און צו ווייניק צו מאַכן אַ סוף פֿון די לאַגערן‟, האָט דאָנג־הײַיוג געזאָגט. „אַדאָלף היטלער און די נאַציס האָבן מערסטנס דערהרגעט מענטשן, וועלכע זיי האָבן נישט באַטראַכט ווי ׳אייגענע׳; אָבער אין צפֿון־קאָרעע טוט דאָס אונדזער פֿאָלק צו זיך אַליין. איך ווייס נישט וואָס איז ערגער‟, האָט ער באַטאָנט.