רבנישע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס

Rabbinical Sex Fantasies

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 25, 2013, issue of July 19, 2013.

הרבֿ ברוך-דובֿ לעשעס
JTA
הרבֿ ברוך-דובֿ לעשעס

עטלעכע מאָל אין מײַן לעבן האָב איך געהאַט אַ ספּעציפֿיש מאָדנע געפֿיל, ווען אַ באַקאַנטער מענטש, וואָס זעט אויס גאַנץ לײַטיש, טוט פּלוצעם אָפּ עפּעס אינגאַנצן משונהדיקס. לעצטנס, איז אין דער פֿרומער וועלט אויסגעבראָכן אַ סעריע סקאַנדאַלן מיט די פּעדאָפֿילן. צום ערשטן מאָל האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דער דאָזיקער פּראָבלעם, ווען איך האָב געוווינט אין אוקראַיִנע, מיט איבער 15 יאָר צוריק.

באַרדישטעוו איז אַמאָל געווען אַ וועלט-באַרימט ייִדיש שטעטל. אין די פּאָסט-סאָוועטישע 1990ער יאָר איז דאָרטן געווען בלויז אַ קליינטשיקע קהילה. נאָר אַ פּאָר מתפּללים פֿונעם קנאַפּן עם-הארצישן מנין האָבן געקאָנט זאָגן תּפֿילות אויף לשון-קודש. מיט דער שיל האָט אָנגעפֿירט הרבֿ שלמה-יום-טובֿ ברײַער — אַן אַמעריקאַנער חסיד פֿון ניו-סקווער, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט צו רעדן נישקשהדיק רוסיש.

צוליב דעם היסטאָרישן רום, קומען איצט קיין באַרדיטשעוו כּסדר ייִדישע טוריסטן פֿון אַמעריקע, על-פּי-רובֿ די ניו-יאָרקער סאַטמאַרער חסידים — דער עיקר, צו באַזוכן דעם קבֿר פֿונעם גרויסן רבי לוי-יצחק באַרדיטשעווער. צוליב אַזעלכע געסט, האָט דער אַמעריקאַנער רבֿ געעפֿנט זײַן אומזיסטע אַכסניא. איין אַזאַ גאַסט האָט זיך דאָרטן באַזעצט אויף אַ לאַנגער צײַט — אַ ייִד אַ תּלמיד-חכם, וועלכער פֿלעגט זאָגן יעדע נאַכט דעם תּיקון-חצות און זיך אויפֿפֿירן ווי אַן עכטער צדיק; צווישן אַנדערע הויכע עבֿודות, האָט ער קיינמאָל נישט געקוקט אויף קיין פֿרויען.

פֿאַר די אָרטיקע רוסיש-רעדנדיקע יונגע-לײַט איז עס געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ גוואַלדיקער חידוש. דער רבֿ פֿון דער שיל האָט גוט געוווּסט, אַז אַזעלכע גרויסע צדיקים זענען אַ זעלטנקייט, דערפֿאַר פֿלעגט ער אַרויסטרײַבן די רוסישע תּושבֿים פֿון דער אַכסניא, ווען ער איז נישט געווען אין דער שטאָט. הגם די יונגע אײַנוווינער האָבן זיך געהאַלטן גאַנץ פֿרום, האָט ער מורא געהאַט, אַז אין זײַן אָפּוועזנהייט וועלן זיי נישט בלויז קוקן אויף מיידלעך, נאָר אַרײַנברענגען זיי צו גאַסט.

שפּעטער האָב איך אויסגעפֿונען, אַז דער דערמאָנטער „צדיק‟ איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון וויליאַמסבורג צוליב דעם, וואָס ער פֿלעגט זיך סעקסועל טשעפּען צו ייִנגלעך. ווען ער האָט ממשיך געווען זײַנע מעשׂים אין באַרדיטשעוו, האָט מען אים פֿון דאָרטן אויך פֿאַרטריבן. מיך, אַנדערע רוסישע בחורים און דעם רבֿ אַליין האָט עס שטאַרק געפּלעפֿט. ער האָט זיך געזאָרגט וועגן דער אָרדענונג אין זײַן אַכסניא און געמיינט, אַז דער חסידישער „צדיק‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון מאָראַל — און אָט, נאַט אײַך!

דער לעצטער הויכער סעקסועלער סקאַנדאַל אין דער פֿרומער וועלט האָט צו טאָן מיט דער ליובאַוויטשער ישיבֿה אין סידני, אויסטראַליע. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז הרבֿ ברוך־דובֿ לעשעס, דער געוועזענער סידניער ראָש-ישיבֿה, האָט געוווּסט וועגן די פּעדאָפֿיליע-מעשׂים אין זײַן בילדונג-אַנשטאַלט, אָבער האָט זיי פֿאַרשוויגן. די אויסטראַלישע צײַטונג „סידני מאָרנינג העראָלד‟ האָט פּובליקירט פֿראַגמענטן פֿון אַ טעלעפֿאָן-שמועס מיט לעשעסן, אין וועלכן ער האָט געמאָלדן, אַז דאָס 11־יאָריק ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן אין דער ישיבֿה, האָט עס, מסתּמא, „אַליין געוואָלט‟.

דער רבֿ האָט אין זײַן אינטערוויו אויך דערקלערט, אַז „די גוים‟, בפֿרט פֿון אָרעמע שיכטן, האָבן כּסדר סעקס איינער מיטן צווייטן, אָנהייבנדיק פֿון פֿינף-יאָריקע קינדער, ווײַל זיי האָבן גאָרנישט אַנדערש צו טאָן אין זייער לעבן. לויט זײַן קאָליריקער באַשרײַבונג, „טוען זיי דאָס מיט זייערע קרובֿים און מיט די זײַטיקע, ייִנגלעך מיט מיידלעך, מיידלעך מיט ייִנגלעך, מיט מענטשן און מיט הינט‟.

די פּרעסע האָט שאַרף קריטיקירט דעם רבֿ פֿאַר זײַנע שאָקירנדיקע ווערטער, דערפֿאַר האָט לעשעס זונטיק, דעם 23סטן יוני, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנטשולדיקונג-בריוו, אין וועלכן ער בעט מחילה און דערקלערט, אַז ער איז אַליין געוואָרן שאָקירט פֿון דעם פֿאַרגוואַלדיקונג-סקאַנדאַל און אַז אין זײַן טעלעפֿאָן-שמועס האָט ער געמיינט אַן אַנדער מעשׂה, וואָס האָט פּאַסירט מיט צוויי דערוואַקסענע מענער, הגם ער האָט קלאָר גערעדט וועגן קינדער.

דער מחבר פֿון די שורות קען לעשעסן גאַנץ גוט, דערפֿאַר האָב איך איצט ווידער דערשפּירט דאָס מאָדנע סתּירה-געפֿיל. מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען איך האָב געזוכט אַ גוטן בילדונג-פּלאַץ פֿאַר מײַנע קינדער, האָבן אַ צאָל מײַנע פֿרומע חבֿרים, געבילדעטע רוסישע בעל-תּשובֿות, געגעבן אַן עצה צו פֿרעגן דעם דאָזיקן רבֿ, ווײַל ער האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קלוגן, פֿאַרלאָזלעכן און ערנסטן מענטש.

נאָך אַ קאָנסולטאַציע מיט הרבֿ לעשעס, וועלכער פֿירט איצט אָן מיט דער ליובאַוויטשער קהילה אין מאָנסי, האָב איך געשיקט מײַנע קינדער אינעם אָרטיקן ליובאַוויטשער חדר, וווּ אַ טייל לערער זענען געווען פֿרויען. אַ סך פֿרומע ייִדן האָבן דווקא צוליב נישט ליב דאָס דאָזיקע אָרט. איך האָב אָבער באַלד באַמערקט, אַז די ליובאַוויטשער ייִנגלעך זענען דאָרטן צופֿרידן און אַ טייל פֿון זיי זענען געווען, דאַכט זיך, אַ ביסל פֿאַרליבט אין די יונגע לערערקעס; האָב איך באַשלאָסן, אַז אַזאַ פּלאַץ זעט אויס דווקא געזונט, הגם שפּעטער בין איך געוואָרן אומצופֿרידן מיטן „חדר-חב״ד‟, צוליב גאָר אַן אַנדער סיבה — ווײַל דאָרטן זענען פֿאַרשפּרייט געפֿערלעך רעכטע פּאָליטישע דעות.

לעשעס זעט אויס ווי אַ שׂכלדיקער, אָבער אַ פֿאַרביטערטער, מענטש. זײַן קהילה איז פֿול מיט בעל-תּשובֿות פֿון געמישטע משפּחות. צווישן וועלטלעכע ייִדן, וואָס באַזוכן כּסדר פֿאַרשיידענע חב״ד-אונטערנעמונגען, טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס האָבן חתונה געהאַט צי סתּם וווינען מיט נישט-ייִדן.

בקיצור, האָב איך ביזן הײַנטיקן טאָג געמיינט, אַז פּונקט דער דאָזיקער רבֿ איז איינער פֿון די סאַמע פֿאַרלאָזלעכע מענטשן אין דער מאָנסיער פֿרומער קהילה, וואָס שייך קינדער-בילדונג; אַ רבֿ, וואָס פֿירט אָן מיט אַזאַ געמישטן ציבור, מוז דאָך קענען גענוג גוט די וועלט. אין מײַנע שמועסן מיט אים האָב איך אָבער באַמערקט אַ מאָדנעם מאָמענט: אַ מין אָבסעסיע וועגן ממזרים און ספֿק-ייִדן. פֿון קיין אַנדער רבֿ האָב איך נישט געהערט, אַז איינער פֿון די וויכטיקע צוועקן אין דער קהילה איז אויסצוגעפֿינען, „צי עמעצער איז, חלילה, אַ ממזר‟. לויט זײַנע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס, מוז די וועלט זײַן טאַקע פֿול מיט ממזרים.

הרבֿ לעשעס האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער האָט נישט געגעבן קיין אינטערוויו דער אויסטראַלישער צײַטונג און באַשולדיקט זי אינעם אַרויסרײַסן זײַנע ווערטער פֿונעם קאָנטעקסט. ער האָט באַטאָנט, אַז זײַן מיינונג וועגן דעם סעקסועלן סקאַנדאַל אין סידני האָט ער קלאָר אויסגעדריקט אינעם מחילה-בריוו. צי גלייבט ער אָבער טאַקע ערנסט, אַז די גוים פֿירן פֿון קינדווײַז אָן ווילדע אָרגיעס אַ גאַנצן טאָג מיט זייערע קרובֿים און אַפֿילו הינט? דער רבֿ האָט געענטפֿערט, אַז ער האָט געמיינט „בלויז אוממאָראַלישע גוים‟ און נישט חסידי-אומות-העולם, וועלכע זענען מקיים די זיבן מיצוות פֿון בני-נח. „ברוך-השם‟, האָט ער דערקלערט, „דאָ אין אַמעריקע זענען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע מאָראַלישע מענטשן‟.

צי מיינט ער אָבער, אַז אין אַנדערע „ווילדע קאַנטן‟ האָבן אַפֿילו קליינע קינדער סעקס מיט אַלץ, וואָס ס׳באַוועגט זיך? דעם „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו באַקומען אַן ענטפֿער אויף דער-אָ קשיא, ווײַל דער רבֿ האָט נישט געוואָלט רעדן ווײַטער און איבערגעריסן דעם טעלעפֿאָן-שמועס.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן פֿון דער היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, קאָן מען פֿאַרשטיין די לאָגיק פֿון מענטשן, וועלכע דערקענען נישט קיין חילוק צווישן סעקסועלע באַציִונגען מיט דערוואַקסענע און קינדער. על-פּי-הלכה, ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערן 12־יאָריקע מיידלען און 13־יאָריקע ייִנגלעך באַטראַכט ווי פֿולשטענדיק דערוואַקסענע. אין דער קאָנסערוואַטיווער קריסטלעכער אַמעריקע, מיט 300 יאָר צוריק, פֿלעגט מען באַשטראָפֿן האָמאָסעקסועלע באַציִונגען צווישן דערוואַקסענע מענער מיט טויט, אָבער ס׳איז געווען גאַנץ לעגאַל חתונה צו האָבן מיט קליינע מיידלעך פֿון 9 יאָר.

שאָקירנדיק צי נישט, זענען די 10־יאָריקע קינדער געווען מיט 150 יאָר צוריק באַטראַכט ווי דערוואַקסענע, וואָס שייך סעקסועלע ענינים, אין אַ גאַנצער ריי מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער. די אַמעריקאַנער געזעץ-סיסטעם איז צווישן די קאָנסערוואַטיווסטע אינעם דאָזיקן געביט. אין אַרגענטינע, צום בײַשפּיל, זענען סוקסועלע באַציִונגען פֿאַקטיש לעגאַל פֿון 13 יאָר, און אין מעקסיקע — פֿון 12.

די עיקר-פּראָבלעם מיט די ישיבֿה-פֿאַרגוואַלדיקונגען איז נישט דער יונגער עלטער פֿון די געליטענע און נישט דאָס, וואָס געוויסע פֿרומע ייִדן ווילן זיך נישט ווענדן אין אַזעלכע פֿאַלן צו דער פּאָליציי, נאָר די גוואַלד-נאַטור פֿון אַזעלכע עקלדיקע מעשׂים. אויב אַ נאַטשאַלניק צווינגט זײַן סעקרעטאַרשע צו האָבן סעקס מיט אים — איז עס בעצם פּונקט אַזוי עקלדיק, אויב אַפֿילו זי איז עלטער פֿון אים און האָט פֿאָרמעל מסכּים געווען דאָס צו טאָן. אַדרבה, ס׳איז גוט, ווען אַ קהילה קאָן אַליין באַהאַנדלען אַזעלכע סיטואַציעס, ווי אינעם דערמאָנטן פֿאַל מיטן וויליאַמסבורגער פּעדאָפֿיל, וועלכן מע האָט פֿאַרטריבן מיט קלעפּ פֿון אַמעריקע אַזש ביז באַרדיטשעוו און ווײַטער.

אָבער, וואָס שייך דעם דערמאָנטן רבֿ… אויב אַ מענטש מיט אַזעלכע ווילדע געדאַנקען באַקומט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מוסטערדיקן און מעסיקן בר-דעת — איז עס אַ סימן, אַז די הײַנטיקע פֿרומע וועלט איז פֿאַרזונקען אין טיפֿע פּראָבלעמען.