קאָנפֿליקטן צווישן איסלאַמיסטן

Conflict Among Islamists

סאַלאַפֿיסטן דעמאָנסטרירן אויפֿן טאַכריר־פּלאַץ אין קאַיִר, עגיפּטן
Getty Images
סאַלאַפֿיסטן דעמאָנסטרירן אויפֿן טאַכריר־פּלאַץ אין קאַיִר, עגיפּטן

פֿון שבֿע כּהן

Published June 26, 2013, issue of July 19, 2013.

אין די פֿאַרגאַנגענע צוויי און אַ האַלב יאָר האָבן צוויי פֿענאָמענאַלע כּוחות אויפֿגעשאָקלט צפֿון־אַפֿריקע: דער אַראַבישער פֿרילינג, וואָס האָט אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין כּמעט אַלע לענדער פֿונעם ראַיאָן און געבראַכט מיט זיך דעם אויפֿקום פֿון דער איסלאַמיסטישער פּאָליטיק; אין דער זעלבער צײַט, זײַנען די אולטראַ-קאָנסערוואַטיווע איסלאַמיסטישע גרופּעס, די סאַלאַפֿיסטן, געוואָרן נאָך שטאַרקער. אין דער מערבֿדיקער מעדיאַ פֿאָקוסירט מען זיך איבערהויפּט אויף די רײַבונגען צווישן די וועלטלעכע און איסלאַמיסטישע בירגער פֿון „מאַגרעב‟ (מערבֿ), אָבער די שטאַרקסטע, באַטײַטפֿולע קאָנפֿליקטן קומען פֿאָר דווקא צווישן די איסלאַמיסטן און סאַלאַפֿיסטן.

די איסלאַמיסטישע פּאַרטייען האָבן לעצטנס איבערגענומען די מאַכט אין כּמעט אַלע צפֿון־אַפֿריקאַנישע מדינות: עגיפּטן, טוניסיע און ליביע (וואָס זײַנען אַדורך דעם אַראַבישן פֿרילינג) און מאַראָקאָ, וואָס האָט רעאַגירט אויפֿן פֿרילינג מיט דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען. דער איינציקער אויסנאַם איז אַלזשעריע, וואָס איז ערשט אַרויסגעקראָכן פֿון אַ געפֿערלעכן בירגער-קריג צוליב די איסלאַמיסטן.

דער איסלאַמיזם איז נישט איין-שטראָמיק. די איסלאַמיסטן אין די רעגירונגען זײַנען רעלאַטיוו פּראַגמאַטיש, אַפֿילו אויב זייער פּאָליטיק זעט אָפֿט אויס אַלטמאָדיש און אַנטי-דעמאָקראַטיש. זיי זײַנען נישט ווי די סאַלאַפֿיסטן וואָס האַלטן, אַז ס’רובֿ מוסולמענער זײַנען כּופֿרים און מען מוז קעמפֿן קעגן זיי. זייער אָפֿט זײַנען די סאַלאַפֿיסטישע גרופּעס אָפֿילו קעגן דער פּאָליטישער סיסטעם, ווײַל זי שפּיגלט אָפּ די מערבֿדיקע ווערטן און שיטות ווי צו רעגירן מיט דער באַפֿעלקערונג און שפּאַרט זיך נישט אָן אויף די „ריין איסלאַמיסטישע טראַדיציעס‟. דער רעזולטאַט דערפֿון איז אַ שטאַרקער קאָנפֿליקט צווישן די איסלאַמיסטישע רעגירונגען און די סאַלאַפֿיסטן אין צפֿון־אַפֿריקע, וואָס קומט צום אויסדרוק אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.

אין טוניסיע, למשל, האָט די איסלאַמיסטישע „ענאַהדאַ‟(אויפֿלעבונג)־פּאַרטיי פּראָקלאַמירט, אַז די סאַלאַפֿיסטישע גרופּע „אַנסאַר אַל-שאַריאַ‟ (פּאַרטיזאַנער פֿון שאַריאַ) איז אַ טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע. דער פּרעמיער האָט אין מײַ נאָך אַ צוזאַמענשטויס צווישן דער פּאָליציי און די מיטגלידער פֿון „אַנסאַר אַל-שאַריאַ‟, דעפֿינירט די גרופּע ווי אַן „אומלעגאַלע אָרגאַניזאַציע‟. די פֿירער פֿון „אַנסאַר אַל-שאַריאַ‟ זײַנען געווען בייז אויף דער רעגירונג, הלמאַי זי האָט אָפּגעשאַפֿן דעם יערלעכן קאָנגרעס פֿון דער אָרגאַניזאַציע צוליב דעם וואָס זי האָט נישט געבעטן קיין נייטיקע דערלויבענישן.

דער קאָנפֿליקט אין עגיפּטן איז נאָך נישט געוואָרן אַזוי געפֿערלעך, אָבער ער עקזיסטירט. די „מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט‟ האָט געוווּנען די וואַלן, נאָר אויך די „נור‟ (ליכט)־פּאַרטיי האָט באַקומען אַ וואָגיקן פּראָצענט פֿון די שטימען, און זי שטערט די עקאָנאָמישע פּלענער פֿון דער רעגירנדיקער פּאַרטיי. די „נור‟־פּאַרטיי פֿאָדערט צו רעפֿאָרמירן די טוריזם־אינדוסטריע אין עגיפּטן. עס פֿאַרדריסט זי, וואָס דער טוריזם שטיצט די „ביקיניס‟ און „משקה‟ בײַם ברעג-ים. אירע מיטגלידער האָבן זיך אויך קעגנגעשטעלט דער הלוואה פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן געלט־פֿאָנד (IMF), ווײַל איסלאַם דערלאָזט נישט לײַען אויף פּראָצענט. די „מאַכמעדאַנישע ברודערשאַפֿט‟ טענהט, אַז עגיפּטן נייטיקט זיך אין הילף, כּדי צו ראַטעווען די מדינה, און אין אַזאַ פֿאַל מעג מען יאָ באַקומען הלוואות אויף פּראָצענט.

נישט געקוקט דערויף וואָס אַלדזשעריע איז נישט איסלאַמיסטיש, פֿאַרנעמט איסלאַם אַן אָרט אין דער רעגירונג ,אינעם מיניסטעריום פֿאַר רעליגיעזע ענינים. לעצטנס, האָט דער מיניסטער פֿאָרגעלייגט, אַז די מדינה זאָל גרינדן אַ נאַציאָנאַלע אויטאָריטעט פֿון שאַריאַ דווקא כּדי צו באַגרענעצן די השפּעה פֿון די סאַלאַפֿיסטן, וואָס ער האָט זיי געשילדערט ווי אַ פֿרעמדן קולט, מיט פֿרעמדע מינהגים, וועלכע זײַנען נישט פּאַסיק פֿאַר אַלזשעריע. די סאַלאַפֿיסטן דאָרט זײַנען קעגן פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע פּראָגראַמען. זיי זײַנען קעגן פּראָגראַמען צו באָרגן די יונגע־לײַט געלט אָן פּראָצענט, נאָר ווײַל די באַנקן פֿאַרדינען פּראָצענט פֿון אַנדערע געשעפֿטן. זיי זײַנען אויך מער שטרענג וועגן דער ראָלע פֿון פֿרויען אין דער משפּחה אין יוריספּרודענץ.

די מורא פֿון די סאַלאַפֿיסטן איז נישט נאָר אַ פּאָליטישע: בײַגלײַך מיט די „היימישע‟ סאַלאַפֿיסטן זײַנען פֿאַראַן אויך מיליטערישע סאַלאַפֿיסטישע גרופּעס, ווי „אַל-קײַדאַ‟ אין דער „איסלאַמישער מאַגרעב‟. ווען די פֿירער פֿון אַזעלכע מיליצעס האָבן געמוזט אַנטלויפֿן פֿון מאַלי, האָבן זיי געפֿונען פֿאַר זיך נײַע היימען אין צפֿון-אַפֿריקע. כּמעט יעדן חודש הערט מען אַ נײַע געשיכטע וועגן אַ סאַלאַפֿיסטישן צעל וואָס איז אַנטדעקט געוואָרן אין מאַראָקאָ. די סאַלאַפֿיסטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין די בערג אויף דער גרענעץ צווישן אַלזשעריע און טוניסיע, וווּ די מאַכט פֿון דער רעגירונג איז שוואַך. די גרופּעס האָבן זיך געשוווירן, אַז זיי וועלן זיך נוקם זײַן אין די צפֿון־אַפֿריקאַנישע רעגירונגען וואָס קעמפֿן קעגן זיי. אַלזשעריע האָט ספּעציעל געליטן פֿון דער טראַגישער אַטאַק אויף אירע גאַז-אינסטאַלאַציעס.

פּאַראַדאָקסאַל איז, וואָס דער זעלבער אַראַבישער פֿרילינג וועלכער האָט געבראַכט די מעסיקע איסלאַמיסטן צו דער מאַכט, האָט אויך געשאַפֿן אַ גרויסע געלעגנהייט פֿאַר די קעמפֿערישע סאַלאַפֿיסטן. די אַלגעמיינע מאַכטלאָזיקייט און דער שווערער זיכערהייט-מצבֿ, ספּעציעל אין ליביע, וואָס איז געוואָרן אַ צענטער פֿון געווער-האַנדלונג, האָט געמאַכט צפֿון־אַפֿריקע אַ מקום-מקלט פֿאַר די סאַלאַפֿיסטן און אין דער זעלבער צײַט, ווערן זיי אָפּשוואַך אינעם מיטל-מיזרחדיקן טייל.