ייִדן באַדוירן דעם באַשלוס לגבי שטים־רעכט

Jews Unhappy With Voting Rights Decision

אין די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע ווי צפֿון־קאָראַלײַנע, וווּ שטים־רעכט־דעסקרימינאַציע איז פֿאַרשפּרייט האָט מען געשטיצט דעם „שטים־רעכט אַקט‟, וואָס דאָס העכסטע געריכט האָט די וואָך איבערגעמאַכט.
Getty Images
אין די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע ווי צפֿון־קאָראַלײַנע, וווּ שטים־רעכט־דעסקרימינאַציע איז פֿאַרשפּרייט האָט מען געשטיצט דעם „שטים־רעכט אַקט‟, וואָס דאָס העכסטע געריכט האָט די וואָך איבערגעמאַכט.

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published June 27, 2013, issue of July 19, 2013.

דאָס העכסטע געריכט אין אַמעריקע האָט דינסטיק, דעם 25סטן יוני, אָפּגעוואָרפֿן די עיקרדיקע עלעמענטן אין אַ געזעץ וואָס האָט באַשיצט דאָס שטים־רעכט פֿון מינאָריטעטן אין לאַנד. דער באַשלוס האָט אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע רעאַקציע בײַ דער ייִדישער קהילה, וועלכע האָט תּמיד געשטיצט דעם „וויילער־רעכט אַקט‟, כאָטש דער „אַקט‟ האָט געהאַט אַ קנאַפּע השפּעה אויף ייִדישע שטימען.

די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין לאַנד האָבן פֿאַרדאַמט דעם פּסק פֿון די ריכטער, וועלכע האָבן געשטימט 5 קעגן 4 צו בײַטן דאָס געזעץ, ווײַל זיי האַלטן, אַז אַ טייל פֿון אים שטימט נישט מיט דער קאָנסטיטוציע. דאָס העכסטע געריכט האָט געהאַלטן, אַז דאָס געזעץ איז שוין פֿאַרעלטערט; און האָט בטל געמאַכט די פֿאָדערונג פֿונעם געזעץ, אַז געוויסע שטאַטן און געגנטן מיט אַ געשיכטע פֿון דעסקרימינאַציע קעגן מינאָרטיטן פֿאַר 1964, מוזן קריגן די הסכּמה פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג, איידער די שטאַטן בײַטן זייערע שטים־פּראָצעדורן אָדער שטים־געזעצן.

„מיר זענען זייער אַנטוישט מיטן פּסק פֿונעם העכסטן געריכט‟, האָט זיך אויסגעדריקט הרבֿ דוד סאַפּירשטיין, דירעקטאָר פֿונעם „רעליגיעזן אַקטיוויזם־צענטער בײַ די רעפֿאָרם־ייִדן‟. דער באַשלוס, קערט איבער אַמעריקעס התחײַבֿטות צו באַשיצן דאָס שטים־רעכט פֿון אַלע בירגער‟. דער „צענטער‟ איז געווען צווישן עטלעכע ייִדישע גרופּעס, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם פּראָצעס ווי „פֿרײַנד פֿונעם געריכט‟, אויפֿן צד פֿון דער אָרגאַניזאַציע „פֿירערשאַפֿט־קאָנפֿערענץ לגבי ציוויל־ און מענטשן־רעכט‟.

דער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟ האָט אויך זיך פֿאַרשריבן ווי אַ „פֿרײַנד פֿונעם אַקט‟ און קריטיקירט דעם באַשלוס פֿונעם העכסטן געריכט. מאַרק שטערן, דער הויפּט־אַדוואָקאַט פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָט געזאָגט, אַז כאָטש דער פּסק ווישט אָפּ נאָר עטלעכע טיילן פֿונעם געזעץ, „וועט דאָס ברענגען אַ שאָדן צום רעכט פֿון שטימען פֿאַר אַלע בירגער, וואָסער ראַסע מע זאָל נישט זײַן.‟

„אונדזער לאַנד האָט זיך געביטן‟, האָט געשריבן דער הויפּט־ריכטער דזשאָן ראָבערטס אין זײַן מאַיאָריטעט־מיינונג, און „כאָטש אַלע ראַסן־דיסקרימינאַציעס בײַם שטימען טויגן נישט, דאַרף דער קאָנגרעס פֿאַרזיכערן, אַז די געזעצן וואָס זיי שאַפֿן צו לייזן די פּראָבלעם, זענען פֿאַרהײַנטיקט.‟

די מינאָריטעט־מיינונג האָבן אונטערגעשריבן אַלע דרײַ ייִדישע ריכטער: רות באַדער גינזבורג, עלענאַ קאַגאַן און סטעפֿען ברײַער. גינזבורג האָט געטענהט, אַז דאָס וואָס דער קאָנגרעס האָט באַנײַט דאָס געזעץ עטלעכע מאָל, איז „געווען אַ גאַנץ ראַציאָנעלער אופֿן צו דערגרייכן אַ גלײַכן בירגערשאַפֿט־סטאַטוס פֿאַר אַלע וויילער; אַ קול פֿאַר יעדן וויילער אין אונדזער דעמאָקראַטיע, נישט פֿאַרוואַסערט דורך ראַסע‟.

דער פּסק פֿונעם געריכט האָט געגעבן די מעגלעכקייט, אַז דער קאָנגרעס זאָל שאַפֿן נײַע געזעצן לויט אַ נײַער אינפֿאָרמאַציע, וואָס זאָל באַשטימען, וועלכע שטאַטן און געגנטן דאַרפֿן ווערן געדעקט פֿונעם שטים־אַקט. אָבער פּאַליטישע אַנאַליטיקער זענען אַלע מסכּים, אַז אינעם הײַנטיקן פּאָליטישן קלימאַט אין קאָנגרעס, וועט מען דאָס נישט קענען דורכפֿירן.