דרום־תּל-אָבֿיבֿ — אַן אויפֿרײַס קומט?

Powder Keg in Tel Aviv

אַ ישׂראלי שרײַט ראַסיסטישע לאָזונגען אויף אַ גרופּע סודאַנעזער פּליטים אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ, דעם 15טן פֿעברואָר 2013
Getty Images
אַ ישׂראלי שרײַט ראַסיסטישע לאָזונגען אויף אַ גרופּע סודאַנעזער פּליטים אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ, דעם 15טן פֿעברואָר 2013

פֿון עמיל קאַלין

Published June 28, 2013, issue of July 19, 2013.

די אָפּשאַצונגען וועגן דער צאָל אַפֿריקאַנער פּליטים, אַרײַנדרינגער (עס ווענדט זיך, ווער עס רעדט) אין די דרומדיקע טיילן פֿון תּל-אָבֿיבֿ, שיידן זיך זייער אונטער. אַ טייל קוואַלן ווײַזן אָן אַן ערך 15־17 טויזנט; די אַנדערע טענהן גאָר, אַז זייער צאָל דערגרייכט שוין 60 טויזנט נפֿשות.

די צאָל 60 טויזנט זעט אויס ווי אַ ווילדע גוזמא; עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל, אַז די ציפֿערן זענען נענטער צו די נידעריקערע אָפּשאַצונגען. אויב די צאָל פּליטים (אָדער אימיגראַנטן) איז נישט קלאָר, זענען עטלעכע פֿאַקטi יאָ קלאָר:

  1. זיי זענען נישט פּליטים לויט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן. זיי זענען טאַקע נישט אַנטלאָפֿן פֿון גן-עדן, אָבער דאָך, פּליטים זענען זיי נישט.

  2. די אַפֿריקאַנער, כּמעט אַלע מענער, וועלן זיך בשום-אופֿן נישט אײַנשליסן אין דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. די ייִדן וועלן נישט חתונה האָבן מיט זיי. די מחשבֿה, אַז מע דאַרף זיי אַלע מגייר זײַן, איז אַ וויץ.

  3. די אַפֿריקאַנער האָבן נישט קיין צוקונפֿט אין ישׂראל.

די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג וויל נישט דערלאָזן, אַז די אַפֿריקאַנער זאָלן אין באַטײַטנדיקע צאָלן לאָזן וואָרצלען אין ישׂראל. אַן אויספֿרעג וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן יענע וואָך ווײַזט, אַז איבער זיבעציק פּראָצענט פֿון די ישׂראלים באַציִען זיך נעגאַטיוו צו די אימיגראַנטן. מע נעמט זיי נישט אויף מיט אָפֿענע הענט — פֿאַרקערט.

דער דורכשניטלעכער ישׂראלי האַלט זיך בײַ דעם תּנ”כישן זאָג: „די אָרעמע פֿון דײַן שטאָט קומען פֿריִער‟. דאָס הייסט, אַז מע דאַרף באַזאָרגן קודם-כּל די אייגענע, נישט די פֿרעמדע. אַ גרויסע מערהייט שטימט צו מיט די שריט, וואָס די רעגירונג נעמט אָן, כּדי צוריקצושיקן די אימיגראַנטן קיין אַפֿריקע אָדער כאָטש צוגרייטן פֿאַר זיי פּליטים-לאַגערן ווײַט פֿון די שטעט.

עס דאַכט זיך, אַז די פּראָטעסטן לטובֿת די אימיגראַנטן ווערן אָנגעפֿירט פֿון אַ גאָר נישטיקן פּראָצענט ראַדיקאַלע לינקע, וועלכע ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר האַלב-משוגעים, אויב נישט שעדלעכע אידיאָטן.

ווי עס זאָל נישט זײַן, זעט אויס, אַז די משׂא וואָס ליגט אויף די אַקסלען פֿון די תּושבֿים אין די דרומדיקע קוואַרטאַלן פֿון תּל-אָבֿיבֿ, איז צו שווער פֿאַר זיי. נישט זיי ווילן און נישט זיי קענען טראָגן דעם יאָך פֿון די אַפֿריקאַנער, וואָס ווערן אָפֿט באַשולדיקט אין גנבֿות, ווילדע געוואַלד-טאַטן און פֿאַרגוואַלדיקונגען.

די שפּאַנונג צווישן די באַפֿעלקערונגען וואַקסט כּסדר. צום בײַשפּיל, מיט אַ יאָר צוריק, נאָך אַ ברוטאַלער, גרויזאַמער פֿאַרגוואַלדיקונג פֿון אַ 15־יאָריק מיידל, איז אַרײַנגעוואָרפֿן אַ מאָלאָטאָוו-פֿלעשל אין אַ דירה פֿון די אַפֿריקאַנער עמיגראַנטן. אמת, די דאָזיקע געגנטן אין תּל-אָבֿיבֿ האָבן פֿון תּמיד אָן געהערט צו די שוואַכע, אָפּגעלאָזטע, אָרעמע טיילן פֿון דער שטאָט; פֿון דעסטוועגן, זעט מען, אַז לויט דער סטאַטיסטיק וואָס די פּאָליציי פֿאַרעפֿנטלעכט פֿון צײַט צו צײַט, שלאָגט די צאָל פֿאַרברעכנס אַ נײַעם רעקאָרד.

איינס איז קלאָר — דאָס לעבן אין דרום־תּל-אָבֿיבֿ ווערן וואָס אַ מאָל מער אומזיכער, אומדערטרעגלעך. עס פֿעלט אַ קליינעם פֿונק, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג זאָל זיך אויפֿרײַסן. די מדינה נעמט נישט אָן קיין ערנסטע טריט, כּדי צו שטילן די געפֿערלעכע שטימונגען. עס פֿאַרשפּרייט זיך צווישן די תּושבֿים דאָס געפֿיל, אַז די מדינה האָט זיי געלאָזט אויף הפֿקר. זי איז נישט מסוגל צו פֿאַרזיכערן זייער וווילשטאַנד און פֿאַרמעגן. דאָס איז זייער אַ געפֿערלעכע שטימונג, וואָס איז לחלוטין אומדערלאָזלעך אין אַ נאָרמאַלער מדינה. אַזאַ שטימונג דערמוטיקט די מענטשן צו נעמען דאָס געזעץ אין די אייגענע הענט אַרײַן. דאָס הייסט, מסתּמא, אַז דער געוואַלד וועט וואַקסן אין דרום־תּל-אָבֿיבֿ וועט אין גיכן אויסזען, ווי די שטעט אין עגיפּטן, סיריע, איראַק און לבנון, וווּ עס רעגירט דער, וואָס איז מער ווילד און ברוטאַל.

די טענות פֿון די תּושבֿים רירן אָן די שפּירעוודיקע נערוון פֿון דער ישׁראלדיקער געזעלשאַפֿט; זיי שפּיגלען אָפּ דעם ריס צווישן לינקע און רעכטע, די שפּאַלטונג צווישן רײַכע, ס’רובֿ אַשכּנזישע, און אָרעמע, ס’רובֿ מיזרחישע ייִדן.

עס שטעלט זיך גאָר אַ וויכטיקע פֿראַגע: וואָס פֿאַר אַ כאַראַקטער דאַרף די מדינה טראָגן? צי זי איז מער אַ ייִדישלעכע, דאָס הייסט, זי מוז זאָרגן זיך פֿאַר די ייִדישע תּושבֿים, אָדער זי איז אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון יחידים, אַ מין קליינע אַמעריקע בײַם ברעג פֿונעם מיטלענדישן ים, וווּ וווילשטאַנד, מענטשן-רעכט און ליבעראַלע ווערטן ווערן געשטעלט העכער פֿון דעם ייִדישן כאַראַקטער און דער זאָרג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און ייִדישע ווערטן?

די פֿאָלגנדיקע ווערטער, וואָס זענען לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער מעדיאַ, דריקן אויס זייער קלאָר די שטימונגען, וועלכע הערשן צווישן די תּושבֿים פֿון דרום־תּל-אָבֿיבֿ:

„מיר באַשולדיקן דעם פּרעמיער, בנימין נתניהו, און זײַנע מיניסטאָרן, וואָס לאָזן אויף הפֿקר די זיכערקייט, די קלאָרזיניקייט, און דאָס לעבן פֿון די תּושבֿים פֿון דרום תּל-אָבֿיבֿ. מיר באַשולדיקן דעם בירגערמײַסטער, וואָס בויט אויף אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿון תּל-אָבֿיבֿ אַ מאָדערנע, פֿאַרפּוצטע, רײַכע שטאָט און פֿאַרוואַנדלט דרום־תּל-אָבֿיבֿ אין אַ געטאָ פֿון אָרעמקייט, נעבעכדיקייט און פֿאַרנאַכלעסיקייט. מיר באַשולדיקן די געלט-גיריקע אייגנטימער פֿון די דירות, קלייטן, חורבֿות און פֿינצטערע לעכער (ס’רובֿ זענען זיי נישט קיין לאָקאַלע תּושבֿים), וואָס פֿאַרדינגען זייער אייגנטום די אַפֿריקאַנער און דערמיט פֿאַרקויפֿן זיי אונדז און אונדזערע לעבנס פֿאַר אַ פּאָר גראָשנס. מיר באַשולדיקן די אַקטיוויסטן אין די געזעלשאַפֿטן (געזעלשאַפֿטן וואָס העלפֿן אַרויס די אַפֿריקאַנער אויפֿצובויען זייער לעבן אין ישׂראל — א.ק.), וואָס דרייען זיך אַרום אויף אונדזערע גאַסן און קוקן אויף אַלעמען פֿון אויבן-אַראָפּ און וואַשן ריין זייער געוויסן אויף יענעמס חשבון. מיר באַשולדיקן יענע וואָס קלאָגן אָן אין דעם הויכן-געריכט און שטעלן זיך קעגן יעדער לייזונג וואָס קען דערלײַכטערן אונדזער לעבן.

מיר באַשולדיקן די פּראָטעסט-באַוועגונגען וואָס אידענטיפֿיצירן זיך גיכער מיט די ליידן פֿון די פֿרעמדע, איידער מיט די ליידן פֿון די תּושבֿים. מיר באַשולדיקן די מעדיאַ וואָס וועקט זיך אויף בלויז דעמאָלט, ווען עס קומט פֿאָר עפּעס גרויזאַמס, אָבער קוקט זיך נישט אום אויף אונדזערע שווערע, טאָג-טעגלעכע איבערלעבענישן. מיר באַשולדיקן די גלײַכגילטיקע תּל-אָבֿיבֿער וואָס וווינען אין דעם צפֿון־טייל און באַדאַנקען דעם בירגערמײַסטער, וואָס ער שטעלט אָפּ די אַפֿריקאַנער אינוואַזיע, זי זאָל נישט גיין ווײַטער אויף צפֿון פֿון ראָטשילד בולוואַר. איר אַלע זענט שולדיק אין די שׂרפֿות וואָס וועלן אַרומכאַפּן דרום־תּל-אָבֿיבֿ גאָר בקרובֿ‟.

חלילה־וחס, אויב די ווערטער פֿון די תּושבֿים פֿון דרום־תּל-אָבֿיבֿ וועלן זיך טאַקע צעפֿלאַקערן אין אמתע שׂרפֿות…