געראָטענע זומער־פּראָגראַם אין תּל־אָביבֿ

Tel Aviv Yiddish Program a Smashing Success

סטודענטן פֿון דער „נעמי פּראַווער קאָדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם‟ בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
Bella Bryks-Klein
סטודענטן פֿון דער „נעמי פּראַווער קאָדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם‟ בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.

פֿון בעלאַ בריקס-קלײַן

Published June 30, 2013, issue of July 19, 2013.

אַ פֿיר-שטאָקיקער קאַמפּוס אינעם האַרץ פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט — דאָ הערט מען ייִדיש אומעטום. בעת דער הפֿסקה קומען זיך צונויף הונדערט סטודענטן צו טרינקען אַ גלעזל קאַווע און זיך דורכשמועסן צווישן זיך אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן, אָבער דער עיקר, אויף ייִדיש. איז דאָס אַ חלום? אין אַ גרויסער מאָס איז עס טאַקע אַ חלום וואָס איז מקוים געוואָרן. צווישן דעם 16טן יוני און דעם 11טן יולי קומט פֿאָר אין דעם דאָזיקן קאַמפּוס, שוין צום אַכטן יאָר, די „נעמי פּראַווער־קאָדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟.

די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן אויפֿן סמך פֿון אַן ענגער צוזאַמענאַרבעט צווישן דעם “אינסטיטוט א”נ פֿון דער גאָלדרײַך־משפּחה” בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון פּראָפֿ’ חנה ווירט-נשר, און „בית שלום־עליכם‟, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן. זיי האָבן ביידע פֿאַרשטאַנען: די צײַט פֿאָדערט, אַז ייִדיש-אינסטיטוציעס זאָלן אויפֿהערן מאַכן שבת פֿאַר זיך און דאַרפֿן פֿאַראייניקן זייערע כּוחות, כּדי דורכצופֿירן ברייטפֿאַרנעמיקע פּראָיעקטן.

פֿון רעכטס: די זינגערין אסתּי ניסים, פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן (דירעקטאָר פֿון „בית־שלום־עליכם‟) און פּראָפֿ’ חנה וירט-נשר (דירעקטאָר פֿונעם “אינסטיטוט א”נ פֿון דער גאָלדרײַך משפּחה”)
Bella Bryks-Klein
פֿון רעכטס: די זינגערין אסתּי ניסים, פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן (דירעקטאָר פֿון „בית־שלום־עליכם‟) און פּראָפֿ’ חנה וירט-נשר (דירעקטאָר פֿונעם “אינסטיטוט א”נ פֿון דער גאָלדרײַך משפּחה”)

אינעם ערשטן יאָר פֿון דער פּראָגראַם האָבן זיך פֿאַרשריבן נײַנציק סטודענטן, און אַזוי אַרום איז די תּל-אָבֿיבֿער פּראָגראַם געוואָרן פֿון סאַמע אָנהייב אָן די פּאָפּולערסטע צווישן אַלע אַנדערע זומער-פּראָגראַמען אין דער וועלט. נעמי פּראַווער-קאַדאַר ז”ל האָט זיך אין איר באַטייליקט עטלעכע מאָל, און איר איבערגעגעבנקייט, ווי אַ ייִדיש-לערערין, אויך אין די שווערסטע מאָמענטן פֿון איר לעבן, האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן רושם סײַ אויף אירע תּלמידים און סײַ אויף אירע קאָלעגן. נאָך איר פֿריצײַטיקן טויט האָט איר משפּחה, דורך דער „נעמי-פֿונדאַציע‟, זיך אונטערגענומען ברייטהאַרציק צו שטיצן די זומער-פּראָגראַם, און פֿאַראַיאָרן איז זי באַנײַט געוואָרן ווי די „נעמי פּראַווער־קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער-פּראָגראַם בײַם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟.

דאָס יאָר באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם, ווי געזאָגט, העכער הונדערט סטודענטן. זיי קומען פֿון פֿופֿצן לענדער — פֿון רוסלאַנד ביז אַרגענטינע, אָבער דער עיקר, פֿאַרשטייט זיך, פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. העכער אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אוניווערסיטעט-סטודענטן אויף פֿאַרשידענע מדרגות, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט דער וועלט פֿון ייִדיש, כּדי צו פֿאַרטיפֿן דעם פֿאַרנעם פֿון זייערע פֿאָרשונגען. אַ פּאָר פֿון זיי זענען שוין אוניווערסיטעט-פּראָפֿעסאָרן אויף פֿאַרשידענע געביטן. די אַנדערע קומען פֿון די יערלעכע קורסן אין „בית שלום־עליכם‟. עס זענען אויך דאָ „געשוווירענע פּאַטריאָטן‟ פֿון דער פּראָגראַם, וואָס באַטייליקן זיך אין איר שוין צום פֿערטן און פֿינפֿטן מאָל.

פֿאַר יונגע סטודענטן איז די פֿראַגע פֿון שׂכר-לימוד אַ גאָר וויכטיקע בײַם באַשלוסן אין וואָסער פּראָגראַם זיך צו פֿאַרשרײַבן. אַ דאַנק דער באַשטײַערונג פֿון דער „נעמי-פֿונדאַציע‟, קען יעדער אוניווערסיטעט-סטודענט געניסן פֿון אַ ממשותדיקער סטיפּענדיע, וואָס פֿאַרלײַכטערט זײַנע הוצאות; און דער „בית שלום־עליכם‟ לייגט צו דעם צו אַ האַנט. עס שפּילט אויך צו דער פֿאַקט, וואָס די פּראָגראַם קומט פֿאָר אין תּל-אָבֿיבֿ, מיט אירע שפּרודלדיקע אַקטיוויטעטן אין אַלע געביטן; דערצו אָרגאַניזירט דער אוניווערסיטעט עקסקורסיעס איבערן לאַנד פֿאַר די אויסלענדישע סטודענטן.

אָבער דער שליסל צו דער פּראָגראַם איז, פֿאַרשטייט זיך, דער אָנגעזעענער לערער־פּערסאָנאַל — פֿון די וועטעראַנען ביז די סאַמע יונגע: אסתּר ראָזשאַנסקי און דניאל בירנבאַום לערנען די צוויי קלאַסן פֿאַר אָנהייבערס — איינער פֿאַר העברעיִש-רעדנדיקע און איינער פֿאַר די סטודענטן פֿון אויסלאַנד. די לערער פֿאַר די פֿיר מיטנדיקע קלאַסן זענען — אורן רומן, לאה סקיבאַ, מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי. יאָר אײַן יאָר אויס איז דער ווײַטהאַלטערס-קלאַס דער סאַמע גרעסטער אין דער פּראָגראַם, און דאָס יאָר באַטייליקן זיך אין אים צוואַנציק סטודענטן. זיי לערנען זיך ייִדישע ליטעראַטור מיט יודזשין אָרנשטיין (מאָנטרעאָל) און יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז).

פֿאַרשטייט זיך, אַז די לערער דאַרפֿן זיך ראַנגלען מיט פֿאַרשידענע פּראָבלעמען; כאָטש די פּראָגראַם האָט זיבן קלאַסן, אַ סך מער ווי יעדע אַנדערע ייִדיש-פּראָגראַם, קען מען נישט דערוואַרטן, אַז אַלע זאָלן זיי זײַן אויף איין ניוואָ, און דער לערער דאַרף מאַנעוורירן צווישן פֿאַרשידענע ניוואָען. אָבער דאָס קען אויך זײַן אַ ברכה, ווײַל די באַטייליקטע אין דעם ווײַטהאַלטערס-קלאַס, למשל, ברענגען צו אים אַ פֿאַרשידן-מיניקע וועלט פֿון קולטורעלע און ליטעראַרישע אַסאָציאַציעס, וואָס באַרײַכערט ממשותדיק די דיסקוסיעס אין קלאַס.

די אָנגעזעטיקטע נאָכמיטאָג-פּראָגראַם נעמט אַרײַן שמועס־קלאַסן (מיט אורן רומן און ווערע סאַבאָ), אַ סעריע לעקציעס אויף ענגליש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור (מיט דזשאַסטין קאַמי), און אַ געזאַנג-וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט דורך זלמן מלאָטעק. אויסער דעם, ווערן דורכגעפֿירט אין די ראַמען פֿון דער פּראָגראַם פֿאַרשידענע לעקציעס, און זי האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער „נעמי פּראַווער-קאַדאַר יערלעכע לעקציע‟, וווּ נעמי סינקאָף האָט רעפֿערירט וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון לוסי דאַווידאָוויטש. דערצו פֿאַרגעסט מען אויך נישט צו אַראַנזשירן קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער.

הכּלל, די סטודענטן האָבן אַ גאַנצן חודש זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער ייִדיש-קולטור און צוריקקומען אַהיים מיט אַ רײַכן קולטור-באַגאַזש. לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס וועט האָבן אויף זיי אַ ממשותדיקע השפּעה אויף להבא.