דער ייִדישער בעאָוווּלף

The Yiddish Beowulf


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 30, 2013, issue of July 19, 2013.

ס’רובֿ ייִדיש־לייענער ווייסן, אַז די שפּראַכן ייִדיש און ענגליש זײַנען אַלטע קרובֿים, ווײַל זייערע ווערטער און סטרוקטורן זײַנען אָפֿט זייער ענלעך, אַ מאָל — ממש אידענטיש. נעמט, למשל, אונדזערע טאָג־טעגלעכע ווערטער: גאָלד, גרין, ווינטער, ליפּ, נײַן, נעסט, פֿול, פֿײַער, פֿינגער, פֿיש, פֿראָסט. דאָס זײַנען בלויז 11 ווערטער, וואָס זייער קלאַנג האָט זיך כּמעט ווי ניט געביטן אין משך פֿון די לעצטע טויזנט יאָר; אַז מע וואָלט אַרײַנגענומען אין דער רשימה אַלע ווערטער־קרובֿים (וואָס קענען זײַן שווער צו דערקענען), וואָלט זי געציילט אין די טויזנטער.

אויב ייִדיש און ענגליש זײַנען הײַנט ענלעך, קען מען זיך פֿאָרשטעלן, ווי נאָענט זיי זײַנען געווען מיט טויזנט יאָר צוריק, ווען די ערשטע אַשכּנזישע קהילות האָבן זיך אַנטוויקלט אויף דער דײַטשער טעריטאָריע. יענע ייִדן וואָלטן געקענט רעלאַטיוו גרינג זיך אײַנפֿאַרשטיין מיט די ענגלענדער פֿון יענער צײַט, די אַנגלאָ־סאַקסן, וואָס זײַנען אַליין, צום גרויסן טייל, געקומען פֿון צפֿון־דײַטשלאַנד מיט 500 יאָר פֿריִער. אַז אַ מנחם־מענדל פֿון 11טן יאָרהונדערט וואָלט געלאַנדט אין לאָנדאָן מיט אַ פּעקל סחורה, וואָלט ער עס געקענט פֿאַרקויפֿן, רעדנדיק צו אַלעמען מאַמע־לשון. נאָר מיט די דענישע וויקינגען, וואָס האָבן זיך, נאָך עטלעכע הונדערט יאָר ראַבעווען און גזלעווען, געהאַט באַזעצט זיך אין צפֿון־ענגלאַנד — נאָר מיט זיי וואָלט מסתּמא געווען שווער צו רעדן. אָבער וואָס האָט אַ ייִד צו רעדן מיט אַ וויקינג?

וואָסער מין „ייִדיש‟ אונדזערע ייִדן האָבן גערעדט מיט טויזנט יאָר צוריק, ווייסן מיר באמת ניט, ווײַל פֿון יענער צײַט איז כּמעט גאָרניט ניט פֿאַרבליבן. אין מיטל־אַלטער האָבן די ייִדן, בפֿרט די אַשכּנזים, געשריבן כּמעט אין גאַנצן אויף לשון־קודש. ערשט פֿונעם סוף 14טן יאָרהונדערט האָבן מיר איין כּתבֿ־יד אויף ייִדיש, וואָס האָט זיך אָפּגעפֿונען אין עגיפּטן, אין דער קאַיִרער גניזה, וואָס מע קען אויפֿן סמך פֿון זײַנע טעקסטן ספּעקולירן וועגן דער גערעדטער שפּראַך.

די אַנגלאָ־סאַקסן, ווידער, האָבן געהאַלטן פֿון זייער גערעדטער שפּראַך אַ וועלט, אפֿשר מער ווי אַן אַנדער פֿאָלק אין אייראָפּע אין יענער תּקופֿה, און האָבן אויך איבערגעלאָזט אין אַלט־ענגליש אַ רײַכע ליטעראַטור, פּאָעזיע און פּראָזע. בשעת די דײַטשן און פֿראַנצויזן האָבן ביזן 11טן יאָרהונדערט געשריבן כּמעט נאָר אויף לאַטײַן, ציט די ענגלישע ליטעראַטור איר ייִחוס פֿונעם 7טן יאָרהונדערט. מיר ווייסן אַפֿילו דעם נאָמען פֿון איינעם פֿון די ערשטע פּאָעטן פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה: קעדמאָן (Cædmon), וואָס ער איז געווען אַן אָרעמער פּאַסטעך, אַפֿילו ניט געקענט לייענען און שרײַבן.

דער ענגלישער היסטאָריקער בעדאַ „דער געאַכפּערטער‟ (Beda Venerabilis), וואָס האָט אַליין געלעבט אין סוף 7טן, אָנהייב 8טן י”ה, דערציילט, ווי קעדמאָן איז איין אָוונט געגאַנגען אויף אַ סעודה, וווּ די געסט האָבן געזונגען לידער. ווײַל קעדמאָן האָט אַליין ניט געקענט זינגען, האָט ער זיך געשעמט און איז באַלד אַהיימגעגאַנגען. יענע נאַכט האָט זיך אים געחלומט, אַז אַ מאַן קומט אים אַנטקעגן און בעט אים צו זינגען אַ ליד. „איך קען ניט זינגען‟, האָט קעדמאָן געענטפֿערט. אָבער דער מאַן האָט אים ווײַטער דערמוטיקט: „זינג מיר פֿונעם אָנהייב פֿון אַלע באַשעפֿענישן‟. און פּלוצעם האָט קעדמאָן גענומען זינגען זײַן ערשט ליד, וואָס דעם טעקסט דערפֿון האָט מען שפּעטער פֿאַרשריבן:

איצט לאָמיר הייכן דעם היטער פֿון הימל

די מאַכט פֿונעם מעסטער זײַן מוח און מוט

די ווערק פֿון זײַן ווילן ווי ער וווּנדיירים

אייביק און אין־סוף דעם אָנהייב געמאַכט

ס’רובֿ אַלט־ענגלישע ליטעראַטור איז טאַקע פֿון דעם מין: פֿרומע לויבגעזאַנגען און דערציילונגען פֿון צדיקים. אָבער איידער די קירך האָט די אַלע אַנגלאָ־סאַקסן אָפּגעשמדט, האָבן זיי געהאַט אייגענע לידער און מעשׂיות וועגן אייגענע געטער און העלדן, אַ ליטעראַטור וואָס מע האָט איבערגעגעבן בעל־פּה. פֿון דעם איז גאָר ווייניק פֿאַרבליבן, ווײַל די גלחים האָבן דאָס אַלץ פֿאַרווערט און פֿאַרוויסט. מיר האָבן נאָר איין לענגערע פּאָעמע אָנגעשריבן אינעם אַלטן העראָיִשן סטיל — כאָטש מיט קענטיקע קריסטלעכע השפּעות — וועגן אַ העלד פֿון אַ מאָל: בעאָוווּלף.

דעם נאָמען בעאָוווּלף קען מען אפֿשר טײַטשן „בין־וואָלף‟, וואָס אויפֿן אַנגלאָ־סאַקסישן פּאָעטישן לשון וואָלט דאָס געמיינט „בער‟. אַזוי האָט געהייסן אַ גיבור פֿון די גויטן (Geats) — אַזאַ פֿאָלק וואָס האָט אַ מאָל געוווינט אין דרום־שוועדן — וואָס איז געפֿאָרן קיין דענמאַרק, כּדי צו באַפֿרײַען דעם דאָרטיקן קעניג פֿון אַ שרעקלעכן מאָנסטער. דער דאָזיקער מאָנסטער האָט געהייסן גרענדעל און איז, לויט דער לעגענדע, געווען אַן אייניקל פֿון אונדזער קַין. פֿלעגט דער גרענדעל קומען בײַ נאַכט אין דער האַלע פֿונעם דענישן קעניג און אויפֿעסן זײַנע מענטשן. נאָר בעאָוווּלף, פֿאַרשטייט זיך, האָט געהאַט גענוג מוט און כּוח, כּדי בײַצוקומען גרענדעל, אים אָפּגעריסן אַן אָרעם. דערנאָך האָט ער אויך געהרגעט גרענדעלס מאַמע, וואָס זי איז געווען נאָך שרעקלעכער פֿונעם זון. דער קעניג האָט געמאַכט בעאָוווּלף פֿאַר זײַן יורש, און ער האָט טאַקע געקיניגט אין משך פֿון 50 יאָר. בײַם סוף פֿון דער פּאָעמע, איז ער אומגעקומען אין קאַמף מיט אַ דראַקאָן.

אַ כּלל, „בעאָוווּלף‟ איז טאַקע ניט קיין מעשׂה פֿון י.ל. פּרץ אָדער דזשיימס דזשויס; אָבער ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס פֿאַרמאָגט ניט צו פֿיל ליטעראַרישע ראַפֿינירטקייט, האָט עס אין זיך אַ פּרימיטיוון כּוח און אַ נאַיִווע בילדערישקייט, וואָס מאַכן די פּאָעמע אַ סך מער אינטערעסאַנט צו לייענען, איידער די אַלע דערציילונגען פֿון צדיקים. ספּעציעל פֿאַר אַזעלכע באַברילטע לײַטלעך ווי איך בין געווען מיט 15 יאָר צוריק, ווען איך האָב עס געלייענט. ס’איז דאָ נאָך אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה, אָבער כּדי זי צו לייענען, וועט איר, זײַט מוחל, דאַרפֿן וואַרטן אויף מײַן קומענדיקן אַרטיקל. דערווײַל זאָלט איר מיר זײַן געזונט, און באַמיט זיך אויסמײַדן זיך צו טרעפֿן מיט די וויקינגען, דראַקאָנען אָדער נאָך אַנדערע אָנשיקענישן, ניט אויף קיין ייִד געדאַכט.