אַזיאַטישע קאָסמאָנויטיק

Ancient Asian Astronautics

קאַגוּיאַ-הימע קערט זיך אום אַהיים אויף דער לבֿנה — אַן אילוסטראַציע צו דער 1000־יאָריקער יאַפּאַנישער „מעשׂה מיט אַ באַמבוק-שנײַדער‟
Wikimedia Commons
קאַגוּיאַ-הימע קערט זיך אום אַהיים אויף דער לבֿנה — אַן אילוסטראַציע צו דער 1000־יאָריקער יאַפּאַנישער „מעשׂה מיט אַ באַמבוק-שנײַדער‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 30, 2013, issue of July 19, 2013.

מיטוואָך, דעם 26סטן יוני, האָבן דרײַ כינעזישע קאָסמאָנויטן, צוויי מענער און אַ פֿרוי, זיך אומגעקערט בשלום פֿון אַ 15־טאָגיקער קאָמסאָס-עקספּעדיציע. דער ערשטער כינעזישער סאַטעליט איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם יאָר 1970. הגם כינע איז דעמאָלט שוין געווען צעקריגט מיטן ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די כינעזישע וויסנשאַפֿטלער אויסגענוצט די ידיעות, וואָס זיי האָבן פֿריִער באַקומען פֿון זייערע סאָוועטישע קאָלעגן.

אינעם יאָר 2003, זענען די ערשטע כינעזישע קאָסמאָנויטן צוריקגעקומען נאָך אַ קורצן אָרביט-פֿלי. די כינעזישע קאָסמישע פּראָגראַם איז נאָך אַלץ שטאַרק פֿאַרבונדן מיט די סאָוועטישע און הײַנטצײַטיקע רוסלענדישע טעכנאָלאָגיעס.

אין דער וועלט זענען פֿאַראַן 23 ערטער, פֿון וועלכע אַ צאָל קאָסמאָס-אַגענטורן שיקן כּסדר אַרויס זייערע סאַטעליטן. ס׳רובֿ געפֿינען זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. בלויז אין צוויי לענדער — קאַזאַכסטאַן און כינע — זענען דאָ קאָסמאָדראָמען, פֿון וואַנען מענטשן פֿליִען אַרויס אין קאָסמאָס. אינעם יאָר 2011 האָט אַמעריקע אָפּגעשטעלט איר „שאָטל‟-פּראָגראַם. איצט פֿליִען די אַמעריקעאַנער אַסטראָנויטן אַרויס פֿונעם געוועזענעם סאָוועטישן קאָסמאָדראָם.

זינט דער קאַלטער מלחמה, בעת וועלכער אַמעריקע און ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן געפֿירט אַ שטענדיקן טעכנאָלאָגישן פֿאַרמעסט, פּרוּוונדיקן צו שאַפֿן בעסערע און שטאַרקערע ראַקעטן, האָט זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט דער סטערעאָטיפּ, אַז קאָסמאָס-פּראָגראַמען זענען אַ סימן פֿון אַ גאָר אַנטוויקלט לאַנד. למשל, ווען איראַן האָט אַרויסגעשיקט דעם ערשטן סאַטעליט אינעם יאָר 2009, איז עס געווען אַ וויכטיק פּאָליטיש געשעעניש. יעדעס לאַנד, וואָס האָט אַן אייגענע אומאָפּהענגיקע קאָסמאָס-פּראָגראַם, ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ מיטגליד פֿון אַ באַזונדער הויכער עליט.

אַזאַ הויכער פּרעסטיזש פֿון קאָסמאָס-פּראָגראַמען האָט צו טאָן, אין אַ געוויסער מאָס, מיטן געווער. אויב אַ לאַנד האָט גענוג כּוח צו האָבן אייגענע סאַטעליטן, קאָן עס אויך שאַפֿן מעכטיקע מיליטערישע ראַקעטן. די אַנדערע סיבה באַשטייט אין דעם, וואָס במשך פֿון טויזנטער יאָר האָבן מענטשן געחלומט צו פֿליִען אויף דער לבֿנה און אַנדערע פּלאַנעטן, דערפֿאַר האָבן זיי גרויס דרך-אַרץ פֿאַר די לענדער, וואָס דערמעגלעכן דאָס צו טאָן הײַנט אָדער אין אַ מעגלעכער נאָענטער צוקונפֿט.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ערשטע ראַקעטן זענען געשאַפֿן געוואָרן טאַקע אין כינע. די אוראַלטע כינעזישע חכמים האָבן כּסדר געפֿירט כעמישע עקספּערימענטן, פּרוּוונדיק צו שאַפֿן אַ וווּנדערלעכן „סם-החיים‟, אַ רפֿואה פֿון אַלע קראַנקייטן און אַ סגולה פֿונעם אייביקן לעבן. ס׳זעט אויס, אַז בעת אַזעלכע עקספּערימענטן האָט עפּעס אַ כינעזער אַנטדעקט די פֿאָרמולע פֿונעם פּולווער. מיט 800 יאָר צוריק זענען אין כינע שוין געווען ראַקעטן מיט אויפֿרײַס-קעפּלעך. לויט איין היסטאָרישן קוואַל, האָבן אַ טייל פֿון אַזעלכע אוראַלטע וואָפֿן-מיטלען געקאָנט דערגרייכט אַ מהלך פֿון 15 מײַל און ברענגען אַ שאָדן מיטן אויפֿרײַס אין 2,000 פֿוס אַרום.

אויב עמעצער וואָלט הײַנט געזאָגט, אַז איראַן האָט אויסגענוצט די כינעזישע ראַקעט-טעכנאָלאָגיעס, וואָלט עס געקלונגען ווי אַ סתּירותדיקע פּאָליטישע מעשׂה. אין דער אמתן, האָבן די איראַנער זיך טאַקע באַקענט מיט די כינעזישע ראַקעט-טעכנאָלאָגיעס, מיט הונדערטער יאָר צוריק, און זיי פֿאַרשפּרייט ווײַטער אין דער מוסולמענישער וועלט. דער אַראַבישער וויסנשאַפֿטלער כאַסאַן אַל-ראַמאַ האָט אינעם 13טן יאָרהונדערט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן מיליטערישע מכשירים, אַרײַנגערעכנט 22 פֿאַרשיידענע מינים ראַקעטן און אַ טאָרפּעדע. אין יענער תּקופֿה זענען אַזעלכע מיליטערישע חכמות געווען גאָר אַקטועל, ווײַל די מאָנגאָלישע אימפּעריע האָט דעמאָלט געפֿירט מלחמות מיט די שכנישע לענדער, פֿאַרגרעסערנדיק איר טעריטאָריע.

לאַגאַרי כאַסאַן טשעלעבי, אַ לעגענדאַרער טערקישער אַוויאַטאָר פֿונעם 17טן יאָהונדערט, הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן מיט דער הילף פֿון אַ ראַקעט.
Wikimedia Commons
לאַגאַרי כאַסאַן טשעלעבי, אַ לעגענדאַרער טערקישער אַוויאַטאָר פֿונעם 17טן יאָהונדערט, הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן מיט דער הילף פֿון אַ ראַקעט.

מיט איבער 2000 יאָר צוריק האָבן די כינעזער געשאַפֿן פֿאַרשיידענע פֿלי-שלאַנגען. בערך מיט 1400 יאָר צוריק איז אַ כינעזישער פּרינץ אַראָפּגעפֿלויגן פֿון אַ תּפֿיסה-טורעם, צוגעבונדן צו אַזאַ פֿלי-מכשיר. דער פּרינץ האָט געלאַנדט און געבליבן לעבן; שפּעטער איז ער אָבער סײַ-ווי געכאַפּט און דערהרגעט געוואָרן.

בערך מיט 1700 יאָר צוריק, האָט דער כינעזישער פֿילאָסאָף גע האָנג געמאָלדן, אַז געוויסע מענטשן האָבן געשאַפֿן „פֿליִענדיקע וואָגנס‟, און האָט באַשריבן אַ מין העליקאָפּטער. די דאָזיקע מעשׂה איז, מסתּמא, אַן אויסטראַכטעניש, אָבער העליקאָפּטער-שפּילעכלעך — הילצערנע פּלאָפּעלערס, וואָס קאָנען זיך אויפֿהייבן אין דער לופֿטן, זענען געווען באַקאַנט אין כינע מיט 2400 יאָר צוריק.

לויט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער לעגענדע, האָט וואַן הו, אַ כינעזישער מלוכישער באַאַמטער פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, געפּרוּווט אַרויפֿצופֿליִען אין קאָסמאָס, מיט דער הילף פֿון 47 ראַקעטן. די ראַקעטן האָבן זיך אויפֿגעריסן און דער שלימזלדיקער אַסטראָנויט איז אומגעקומען. לויט די טערקישע דאָקומענטן, האָט לאַגאַרי כאַסאַן טשעלעבי אַרויפֿגעפֿלויגן רעלאַטיוו-הויך מיט דער הילף פֿון אַ באַפֿליגלטן ראַקעט, בערך אויף 1,000 פֿוס, אינעם יאָר 1633, לכּבֿוד דער געבורט פֿון אַ פּרינצעסין. ער האָט בשלום געלאַנדט, און דער סולטאַן, דער טאַטע פֿונעם נײַ-געבוירענעם מיידל, האָט אים באַערט מיט אַ מיליטערישן טיטל.

בקיצור, די כינעזער און אַנדערע פֿעלקער האָט שוין לאַנג געטרוימט זיך אויסצולערנען פֿליִען און געפּרוּווט עס פּראַקטיש צו טאָן מיט הונדערטער יאָר צוריק.

לוקיאַן פֿון סאַמאָסטאַטע, אַ סיריש-גריכישער שרײַבער פֿונעם 2טן יאָרהונדערט, איז געווען איינער פֿון די ערשטע — אויב נישט דער סאַמע ערשטער — פֿאַנטאַסט-שרײַבער אין דער וועלט. אין זײַנע ווערק האָט ער באַשריבן נסיעות אויף דער לבֿנה און ווענערע, מלחמות צווישן די תּושבֿים פֿון פֿאַרשיידענע פּלאַנעטן און אַנדערע קלאַסישע פֿאַנטאַסטישע סוזשעטן.

אין אַ צאָל אוראַלטע פּערסישע פֿאָלק-מעשׂיות ווערן באַשריבן נסיעות אין די אַנדערע וועלטן, צומאָל מיט דער הילף פֿון פֿאַנטאַסטישע פֿלי-מיטלען, אַזעלכע ווי שלמה-המלכס פֿליִענדיקער טעפּעך, וועלכער פֿיגורירט אויך אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. זאַקאַריאַ אַל-קאַזוויני האָט אינעם 13טן יאָרהונדערט אָנגעשריבן אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג וועגן אַ מענטש, וועלכער האָט אויף אַזאַ אופֿן באַזוכט אַן אַנדער פּלאַנעט.

אַ טייל קלאַסישע ייִדישע חכמים, אַרײַנגערעכנט רש״י, האָט זיך משער געווען, אַז דער מגדל-בבֿל האָט געקאָנט פֿליִען. ווי עס שטייט געשריבן אין דער תּורה, האָבן די שאַפֿער פֿונעם טורעם געהאָפֿט דערגרייכן דעם הימל. אויפֿצושטעלן אַזאַ הויכע קאָנסטרוקציע אינעם בוכשטעבלעכן זין איז, אָבער, אוממעגלעך; אַ סבֿרא, האָבן זיי געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ פֿלי-מאַשין. רבי יונתן אייבעשיץ, איינער פֿון די באַרימטסטע רבנים פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט געשילדערט די דאָזיקע השערה אויף אַ בפֿירוש וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן שטייגער אין זײַן ספֿר „תּפֿארת יונתן‟. לויט זײַן מיינונג, האָט דער טורעם געדינט ווי אַ קאָסמאָדראָם, פֿון וועלכן אירע שאַפֿער האָבן זיך געקליבן אַרויסצופֿליִען אין אַ גרויסן ראַקעט אויף דער לבֿנה.

הגם ס׳רובֿ מענטשן חלומען — אינעם בוכשטעבלעכן און פֿיגוראַטיוון זין — צו פֿליִען, איז נישט יעדער פֿאַראינטערעסירט אין די פֿיזישע קאָסמאָס-טעכנאָלאָגיעס. אינעם יאָר 1970 האָבן די עטנאָגראַפֿן באַזוכן אַן אַלטן מאַן פֿונעם פֿאָלק כאַנטי, אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון סיביר. זיי זענען אַרײַן אין זײַן הײַזעלע און זיך צוגעהערט צו דעם ראַדיאָ; דער דיקטאָר האָט דערציילט וועגן דעם, ווי די אַמעריקאַנער האָבן געלאַנדט אויף דער לבֿנה.

דעם אַלטן מאַן, וועלכער איז געווען, ווי די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן דערציילט, שוין 114 יאָר אַלט, האָט די דאָזיקע ידיעה נישט פֿאַרחידושט. ער האָט דערציילט, אַז אין זײַן יוגנט האָט ער געקענט אַ סך שאַמאַנען, די אָרטיקע היילער און גײַסטיקע פֿירער, וועלכע פֿלעגן כּסדר פֿליִען צו טאָרום — אַזוי הייסט די לבֿנה אויף דער כאַנטי-שפּראַך. אַדרבה, ער האָט באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער אַסטראָנויטן האָבן נישט געזען דעם אמתן טאָרום, וווּ עס וווינט אַן אַלטער זקן וווינט אין זײַן גאָלדן הויז און ברענגט יושר אויף דער ערד דורך זײַנע גײַסטער-געהילפֿן. די שאַמאַנען זענען, פֿאַרשטייט זיך, געפֿלויגן אויף אַזאַ מיסטישער לבֿנה אין זייערע וויזיעס, מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע האַלוצינאַציע-שוואָמען און מעדיטאַטיווע ריטואַלן.

לויט די אַראַבישע און פּערסישע לעגענדעס, איז פֿאַראַן אַ מיסטישע וועלט, וווּ עס וווינט אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון ייִדישע צדיקים, אייניקלעך פֿון משה רבינו. דער באַרימטער ייִדישער סוחר און רײַזנדער אלדד-הדני פֿונעם 9טן יאָרהונדערט, האָט דערציילט, אַז הינטער דעם מיסטעריעזן טײַך סמבטיון וווינען די בני-משה — אַן אוטאָפּישע קאָמונע פֿון ייִדן, וווּ עס הערשט גלײַכקייט און יושר.

דער דערמאָנטער אוראַלטער פֿאַנטאַסט אַל-קאַזוויני האָט געוווּסט וועגן דער דאָזיקער לעגענדע און באַמערקט, אַז דער איסלאַמישער נבֿיא מוכאַמאַד האָט אַמאָל באַזוכט דאָס ווײַטע לאַנד פֿון בני-משה, פֿליִענדיק בײַנאַכט מיט דער הילף פֿון עפּעס אַ מיסטישן מיטל. לויט אַל-קאַזוויני, האָט מוכאַמאַד געלויבט די בני־משה פֿאַר זייער צידקות; אין זייער לאַנד איז נישטאָ קיין רעגירונג, אַלע מענטשן זענען גלײַך און לעבן אויף אַ קאָמונאַלן שטייגער.

אַל-קאַזוויני גיט צו אין זײַנע ווערק, אַז די „ייִדישע אַנאַרכישע קאָמונע‟ געפֿינט זיך אין דער שטאָט דזשאַבאַרסאַ, וועלכע ווערט געשילדערט אין די פּערסישע לעגענדעס ווי אַן אָרט ערגעץ ווײַט אין קאָסמאָס. דער דאָזיקער אוראַלטער סוזשעט וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ פֿערפֿעקטע טעמע פֿאַר אַ פֿאַנטאַסטישן פֿילם, הגם די הײַנטיקע איסלאַמישע פֿונדאַמענטאַליסטן וואָלטן נישט געווען צופֿרידן מיט אַ קינאָ-סצענע, וווּ מוכאַמאַד באַזוכט אַ ייִדישן אוטאָפּיע-פּלאַנעט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.