אַ סכּנה צו זײַן אַ ייִד אין עגיפּטן

The Dangerous Life of a Jew in Egypt

פּראָעטסטן, דעם 30סטן יוני, אין די גאַסן פֿון קאַיִר, איין יאָר נאָך דעם ווי פּרעזידענט מאָרסי איז אויסגעוויילט געוואָרן.
Getty Images
פּראָעטסטן, דעם 30סטן יוני, אין די גאַסן פֿון קאַיִר, איין יאָר נאָך דעם ווי פּרעזידענט מאָרסי איז אויסגעוויילט געוואָרן.

Published July 02, 2013, issue of July 19, 2013.

איך האָב אים פּערזענלעך נישט געקענט, אָבער מיר דאַכט, אַז מײַן לעבן איז זייער ענלעך צו אַנדרו פּאָכטערס, דעם 21־יאָריקן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען פֿרײַטיק, דעם 28סטן יוני, אין אַלעקסאַנדריע, עגיפּטן. „ער איז געפֿאָרן קיין עגיפּטן, ווײַל ס‘איז אים געווען גאָר וויכטיק צו וויסן, וואָס עס טוט זיך אינעם מיטעלן־מיזרח; און ער האָט געהאַט בדעה דאָרטן צו וווינען און צו אַרבעטן, כּדי צו שטיצן שלום און ברודערשאַפֿט‟, האָט די משפּחה דערקלערט. דאָ אין קאַיִר איז פֿאַראַן אַ צאָל ייִדן, אַזוי ווי איך, וועלכע זענען געקומען קיין עגיפּטן מיט אַן ענדלעכן געדאַנק, ווי אַנדרו פּאַכטער. יענע וואָך האָב איך זיך באַקענט מיט נאָך אַן „עמך‟. ער האָט אויך פֿאַרבראַכט אין „דיסני־לאַנד‟ — אונדזער סודותדיקער נאָמען פֿאַר ישׂראל.

סעפּטעמבער זענען מיר געגאַנגען אויף תּשליך אויפֿן ניל. אויף אַ „פֿעלוקאַ‟־שיפֿל זענען מיר געשוווּמען און אַרויסגעוואָרפֿן דאָס סימבאָלישע ברויט — אין דעם פֿאַל דאָס ברוינע „באַלאַדי‟־ברויט; אַ ברויט וואָס האָט גורם געווען מהומות אין גאַס, ווען די רעגירונג האָט געוואָלט שנײַדן די סובסידיעס. שבת האָבן מיר זיך צונויפֿגענומען מיט פֿרײַנד פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס און געגעסן אַ וועגעטאַרישן טשאָלנט צוזאַמען. איבער אַ גאַנץ דורכשניטלעכן „אָמאַר קײַיאַם רויטן ווײַן‟ האָבן מיר געמאַכט קידוש. פּסח האָבן מיר געגעסן מצה מיט די לעצטע ייִדן אין עגיפּטן; די נאַכט וועל איך קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן.

צו זײַן אַ ייִד אין קאַיִר איז נישט לײַכט. די אומזיכערקייט שטאַמט פֿון דעם וואָס קיין קלאָרע כּללים, וואָס איז ריכטיק, וואָס איז נישט — זענען נישט פֿאַראַן. דער אויטאָ־פֿאַרקער אין קאַיִר, צוזאַמען מיט די שטענדיקע קלאַנגען אין גאַס שפּילן שטאַרק אויף די נערוון. ווען איך שפּאַציר אין דרויסן, זעט מען תּיכּף אַז איך בין אַ פֿרעמדע. „וואָס איז אײַער נאַציאָנאַליטעט?‟ פֿרעגן מיך די מענער אין די קיאָסקן. אינעם מיטעלן מיזרח הייבט מען אָפֿט אָן אַ שמועס מיט דער פֿראַגע — „וואָס איז אײַער רעליגיע?‟, ווי אין אַמעריקע פֿרעגט מען „וואָס טוט איר?‟. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קען מען פֿאַרשטיין אײַער אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. צו מאָל, נאָך דעם ווי מע פֿײַפֿט צו מיר אין גאַס, טראַכט איך — „וואָלט איר מיך נאָך געוואָלט, ווען איר ווייסט, אַז איך בין אַ ייִדישקע?‟

במשך פֿון דעם איינציקן יאָר אין עגיפּטן און פֿינעף יאָר פֿון פֿאַרברנגען אינעם מיטעלן־מיזרח, האָב איך געהערט נאָר געציילטע נעגאַטיווע רעאַקציעס אויף מײַן ייִדישקייט, ווען איך האָב די אינפֿאָרמאַציע אַנטפּלעקט. ווען איך דערצייל מײַנע עגיפּטישע פֿרײַנד, אַז איך שטאַם פֿון ייִדן, ענטפֿערן זיי אָפֿט — „מיר האָבן נישט קיין פּראָבלעמען מיט די ייִדן. מיר זענען אַלע ברידער און שוועסטער‟. אַנדערע געבן צו — „די פּראָבלעם איז בלויז מיט ישׂראל‟. און באַלד נאָך דעם געבן זיי ווײַטער צו — „דו פֿאַרשטייסט, מסתּמא, אַז ס‘וואָלט בעסער געווען פֿאַר דיר, ווען דו דערציילסט נישט די אַנדערע וועגן דעם.‟

איך בין זיכער נישט די איינציקע, וואָס זאָגט אַמאָל אַ ליגן, אַז כ‘בין אַ קריסטין. „איר זענט נישט קיין ישׂראלי, אָדער קיין ייִד, זענט איר?‟ האָט אַן אָרעמער מוכר־ספֿרימניק מיך געפֿרעגט אין קאַיִר, ווען איך האָב אים באַצאָלט — „ווײַל מיר זענען שׂונאים‟. איך האָב געדאַרפֿט נייטיק האָבן דאָס בוך פֿאַר אַ קלאַס, האָב איך פּשוט געענטפֿערט, ניין און בין גיך אַוועק. „נישט אַלע עגיפּטער זענען אַזוי‟, זאָגן מיר מײַנע עגיפּטישע פֿרײַנד; און איך ווייס, אָבער מען בלײַבט געפּלעפֿט.

בײַ איין באַגעגעניש, האָט די עגיפּטערין זיך גאָר דערפֿרייט — „איך האָב נאָך קיין מאָל נישט גערעדט מיט אַ ייִד!‟. און דערנאָך האָבן מיר געשמועסט, וועגן די פֿאַרשיידענע רעליגיעזע עסן־טראַדיציעס אין דער וועלט; אַ באַליבטע טעמע דאָ צו שמועסן. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָב איך אויפֿגעהערט צו ענטפֿערן אויף אַזוינע פֿראַגעס. איך זאָג זיי: „איך האָב מײַנע ווערטן, און דאָס איז דער עיקר, ניין?‟, ווען מע פֿרעגט מיך צי איך בין אַ מוסולמענערין צי קריסטין. „יאָ, יאָ‟ שאָקלען זיי תּמיד צו מיטן קאָפּ. איך האָב באַשלאָסן אַזוי צו ענטפֿערן, ווי אַ רעאַקציע אויף אַ נײַער אינטערנעץ־קאַמפּאַניע אין עגיפּטן, די רעגירונג זאָל מער נישט אָנווײַזן די רעליגיע אויף די אידענטיפֿיציר־קאַרטלעך.

און וואָס וועל איך ענטפֿערן, אויב איך וועל דאָ זײַן אין צען יאָר אַרום? איך ווייס, אַז איך לעב איבער דאָ אַן איבערגאַנג־תּקופֿה, אָבער אַן איבערגאַנג צו וואָס, קען איך נישט טרעפֿן. איין זאַך ווייס איך — ס‘איז קיין מאָל נישט געווען אַזאַ צײַט אין עגיפּטן ווי איצט, און ס‘וועט קיין מאָל נישט זײַן אַזוי. עס זענען געווען מער טאָלעראַנטע צײַטן, און איך האָף, אַז די געשיכטע וועט זיך איבערחזרן אין דעם פּרט.

די אָרטיקע ייִדן האָבן אַמאָל אָפֿן פֿרײַ געלעבט צווישן די עגיפּטישע מוסולמענער און קריסטלעכע קאָפּטן פֿאַר די מלחמות פֿון 1948, 1956, 1967 און 1973, וועלכע זענען געוואָרן וויכטיקע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער עגיפּטישער מלוכה. אין די יאָרן נאָך דעם האָט מען באַטראַכט די ייִדן ווי ישׂראלים און ציוניסטן, צוליב די קאָמפּליצירטע סיבות, אמתע און אויסגעטראַכטע. הײַנט האָט מען סײַ פֿײַנט, סײַ מורא פֿאַר די ייִדן. איצט באַמי איך זיך, אַזוי ווי אַ סך עגיפּטער, אַמעריקאַנער, ייִדן, מוסולמענער און ישׂראלים צו שאַפֿן עפּעס נײַעס אין די איצטיקע בײַטנדיקע צײַטן.