יוני: ידיעות פֿון מאָלדאָווע

June: News From Moldavia

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published July 03, 2013, issue of July 19, 2013.

סערגאָ בענגעלסדאָרף באַגריסט יעלענאַ אַבראַמאָוויטש
Goldshmidt Efim
סערגאָ בענגעלסדאָרף באַגריסט יעלענאַ אַבראַמאָוויטש

דאָס יאָר איז דער חודש יוני געווען אַ וואַרעמער און אַ פֿײַכטער. נאָך אַ רעגן האָט מען נישט געבענקט, און צוזאַמען מיט דער הייסער מאָלדאַווישער זון, האָט די רײַכע ערד אַרויסגעגעבן אַ שפֿע פֿון הייבסטן און פֿרוכטן. אַלע מערק אין די שטעט זײַנען פֿאַרפֿלייצט מיט טרוסקאַווקעס, קאַרשן, ווײַנשל, מאָלענעס, קאַבאַקלעך, קרויט, בורעקלעך — און וואָס דאָס האַרץ גלוסט. און כאָטש די פּרײַזן בײַסן זיך, פֿרייט זיך דאָס אויג פֿון דעם פֿאַרביקן בילד.

אַ רײַכע גערעטעניש איז אויך געווען אויפֿן פֿעלד פֿון דעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד. שוין אינעם ערשטן זונטיק פֿון חודש איז אין דער מאָלדאַווישער נאַציאָנאַלער פֿילהאַרמאָניע פֿאָרגעקומען מיט גרויס דערפֿאָלג דער קאָנצערט פֿון דעם פֿאָלקס־אַרטיסט קאָנסטאַנטין מאָסקאָוויטש. ער האָט פּרעזענטירט זײַן נײַ קאָמפּאַקטל — „אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער מוזיק, געשפּילט אויף אַ נײַ‟. קודם־כּל, לאָמיר דערקלערן, אַז „נײַ‟ איז אַ פֿאָלקס־אינסטרומענט, פֿאַרשפּרייט בײַ די באַלקאַנישע פֿעלקער, וואָס זײַן קלאַנג דערמאָנט אַ פֿלייט. אויף דעם דאָזיקן אינסטרומענט שפּילט מאָסקאָוויטש סײַ קלאַסישע, סײַ מאָלדאַווישע פֿאָלקס־מוזיק. ער איז אַ ווירטואָז און זײַנע קאָנצערטן קומען פֿאָר איבער דער וועלט.

דאָס מאָל האָט ער זיך געוואָנדן צו דער ייִדישער מוזיק, וואָס ער שפּילט שוין נישט איין יאָר. אין דעם קאָמפּאַקטל זײַנען אַרײַן זײַנע בעסטע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער ייִדישער מוזיק. מאָסקוואָוויטש האָט אַליין געפֿירט זײַן קאָנצערט־פּראָגראַם, אַ סך זיך געוויצלט און דערקלערט, ווי ס‘איז געבוירן געוואָרן די אָדער יענע קאָמפּאָזיציע. פֿאַרן אויספֿירן דאָס באַקאַנטע ליד פֿון שלום סעקונדע „דאָנאַ־דאָנאַ‟, האָט דער מוזיקער געזאָגט, אַז ער באַציט זיך מיט גרויסן אָפּשײַ צום ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט אין די שווערסטע באַדינגונגען, אַפֿילו אין די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, ממשיך געווען צו שאַפֿן און אויסגיסן די טראַגישקייט פֿון זײַן עקזיסטענץ אין מוזיק, אין ליכטיקע, דערהויבענע געפֿילן. דאָס באַקאַנטע ליד האָט געקלונגען פֿריש און באַנײַט מיטן זעלטענעם קול פֿון זײַן נײַ, באַגלייט מיט אַ צימבל. אינעם קאָמפּאַקטל זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן פּאָפּולערע ייִדישע און העברעיִשע מעלאָדיעס, צווישן זיי, דאָס ליד „ירושלים של זהבֿ‟.

נאָכן קאָנצערט, האָט דעם מוזיקער באַדאַנקט די מוזיקאָלאָגין יעלענאַ אַבראַמאָוויטש: „אין אונדזער נישט קיין פּשוטער צײַט, ווען דעם קאָפּ הייבן דאָ אויף די אַנטיסעמיטן, האָט קאָנסטאַנטין מאָסקאָוויטש דערוואַרעמט און דערמוטיקט אונדזערע הערצער. ס‘האָט זיך אים אײַנגעגעבן זיך אַרײַנצודרינגען אין די סאַמע טיפֿענישן פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער מוזיק…‟

דער נײַ־שפּילער קאָנסטאַנטין מאָסקאָוויטש און זײַן אַנסאַמבל
Goldshmidt Efim
דער נײַ־שפּילער קאָנסטאַנטין מאָסקאָוויטש און זײַן אַנסאַמבל

דערמאָנענדיק דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין מאָלדאָווע, האָט יעלענאַ אַבראַמאָוויטש געהאַט אין זינען, קודם־כּל, די מיאוסע אַקציע, וואָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אין קעשענעוו. ממש עטלעכע טעג פֿאַר דעם וווּנדערלעכן קאָנצערט, האָבן די אָרטיקע כוליגאַנען פֿאַרשמוצט מיט האַקנרייצן דעם דענקמאָל לזיכּרון די קרבנות פֿונעם קעשענעווער געטאָ, וואָס שטייט אין קעשענעוו אויף דער ירושלים־גאַס. דעריבער איז דער קאָנצערט פֿונעם טאַלאַנטירטן מאָלדאַווישן מוזיקער אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ ווירדיקער ענטפֿער די נישטיקע אַנטיסעמיטן.

און איצט אַ קורצע נאָטיץ וועגן יעלענאַ אַבראַמאָוויטש גופֿא. זי איז דאָס אור־אייניקל פֿון אונדזער קלאַסיקער מענדעלע מוכר־ספֿרים, און די טעג האָט די ייִדישע גאַס אין מאָלדאָווע באַגריסט זי מיט איר 80־יאָריקן געבוירן־טאָג. די אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דעם באַשיידענעם זאַל פֿון דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען. דער גײַסט פֿון איר גרויסן זיידן האָט ווי געשוועבט איבער די פּאָליצעס מיט ייִדישע ביכער. אַלע געסט, וואָס זײַנען געקומען באַגריסן יעלענאַ, האָבן געהאַט די מעגלעכקייט זיך צו באַקענען מיט צוויי עקספּאָזיציעס.

די ערשטע עקספּאָזיציע האָט אײַנגעשלאָסן די בילדער פֿון איר משפּחה־אַלבאָם, בתוכם דאָס בילד פֿון מענדעלע, וואָס האַלט אויף די קני זײַן קליין אייניקל, איר טאַטן, אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש, וואָס איז געוואָרן אַ באַקאַנטער מוזיקאָלאָג. די צווייטע עקספּאָזיציע איז באַשטאַנען פֿון די אויסגעוויילטע ווערק און אַרטיקלען, אָנגעשריבן פֿון דער מוזיקאַלאָגין און קריטיקערין יעלענאַ אַבראַמאָוויטש: וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש, דעם פֿידלער דוד אויסטרײַך, דער זינגערין מאַריאַ ביעשו, דער פּיאַניסטקע גיטע סטראַכילעוויטש און אַנדערע.

די גאַנצע פּראָגראַם פֿון דער אונטערנעמונג, וואָס איך האָב געהאַט דעם כּבֿוד צו פֿירן, איז באַשטאַנען פֿון אַ ריי באַגריסונגען און מוזיקאַלישע אויפֿטרעטונגען, אין וועלכע ס‘האָבן זיך באַטייליקט סײַ באַקאַנטע מוזיקער און פּערזענלעכקייטן און סײַ סטודענטן פֿון דער אָרטיקער מוזיק־אַקאַדעמיע. צום סוף פֿון דער פּראָגראַם האָט דאָס וואָרט גענומען מאַרינע שרײַבמאַן, וואָס האָט איבערגעלייענט אַ פֿראַגמענט פֿון יחיאל שרײַבמאַנס עסיי, געווידמעט מענדעלע און זײַנע יורשים — דעם אייניקל, אַלכּסנדר, און דעם אור־אייניקל, יעלענאַ.

די פֿײַערלעכע אונטערנעמונג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק איז אַ בולטער באַווײַז, אַז די פֿיל־יאָריקע טעטיקייט פֿון דער מוזיקאָלאָגין יעלענאַ אַבראַמאָוויטש איז אָנערקענט און אָפּגעשאַצט געוואָרן פֿון אירע לאַנדסלײַט. עס בלײַבט מיר נאָך צוּווינטשן איר, לויט דער ייִדישער טראַדיציע, אָנגיין ווײַטער געזונטערהייט ביז 120.