די פֿראַגע פֿון מיליאָן תּושבֿים

אַ פּאַלעסטינער פֿרוי, 102 יאָר אַלט, האַלט דעם שליסל פֿון איר היים אינעם  דאָרף איראַק־אַל־מאַנשיִע אין ישׂראל. הײַנט וווינט זי אין אַ פּליטים־לאַגער לעבן חבֿרון
Getty Images
אַ פּאַלעסטינער פֿרוי, 102 יאָר אַלט, האַלט דעם שליסל פֿון איר היים אינעם דאָרף איראַק־אַל־מאַנשיִע אין ישׂראל. הײַנט וווינט זי אין אַ פּליטים־לאַגער לעבן חבֿרון

פֿון עמיל קאַלין

Published July 04, 2013, issue of July 19, 2013.

שקרים, דריידלעך, קינאה-שׂינאה, אינטריגעס… די דאָזיקע ווערטער ווערן אַסאָציִיִרט, געוויינטלעך, מיט שלעכטע באַציִונגען און לינקע ליבעס אין זייף-אָפּערעס; אָבער דאָ גייט נישט די רייד וועגן ביליקע ליבע-געשיכטעס, נאָר וועגן סטאַטיסטיק און געבורט-ראַטעס.

ווי האָט זיך געטראָפֿן, אַז אַ זײַטיק, אַקאַדעמיש, ריין-מאַטעמאַטיש געביט רופֿט אַרויס מער שטורעמישע געפֿילן, ווי הויכע גענעצן? דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער: סטאַסיטיק ווערט אַ געווער אויף דעם שלאַכט-פֿעלד צווישן ייִדן און אַראַבער, ווען עס קומט צום לענדעלע, וואָס געפֿינט זיך צווישן דעם ירדן־טײַך און דעם ים.

לעצטנס, האָט זיך ווידער צעפֿלאַקערט דער וויכּוח, וואָס באַשעפֿטיקט די ייִדן און די אַראַבער איבער דער פֿראַגע: וויפֿל אַראַבער זענען דאָ צווישן דעם ים און דעם טײַך, און ווען וועלן די ייִדן פֿאַרלירן זייער מערהײט?

ראשית-כּל, וועגן דער צאָל ייִדן האָט מען ווייניק וואָס צו דיסקוטירן. די צענטראַלע אינסטאַנץ פֿאַר סטאַטיסטיק האָט באַשטעטיקט, אַז אין אַפּריל 2013 האָבן געלעבט אין ישׂראל 6.046 מיליאָן יִידן (לויט דער הלכה) און 6.364 מיליאָן „יִידן און אַנדערע, איבערהויפּט נישט-ייִדן וואָס האָבן עולה געווען פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד אין די ראַמען פֿון דעם „צוריקקום-געזעץ‟.

אויך די צאָל אַראַבער: מוסולמענער, קריסטן און דרוזן אויפֿן שטח פֿון מדינת-ישׂראל איז אומאָפּפֿרעגלעך: 1.6597 מיליאָן נפֿשות. די צאָל שפּיגלט אָפּ די צאָל תּושבים אויף די אַנעקסירטע שטחים, גולן און ירושלים; אָבער נעמט נישט אַרײַן די אַראַבער אויף די שטחים: עזה-פּאַס און יהודה און שומרון. דאָ טאַקע ליגט דער הונט באַגראָבן. דער הויפּט-שטראָם פֿון די ישׂראלדיקע סטאַטיסטיקער און צוזאַמען מיט זיי די „יו. ען.‟, „דער אינטערנאַציאָנאַלער באַנק‟ און די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט נעמען אָן די צאָל, וואָס די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ פֿאַרעפֿנטלעכט; און די אינסטאַנץ טענהט, אַז אויף די שטחים וווינען הײַנט צו טאָג 4.4 מיליאָן נפֿשות — 1.8 אין עזה-פּאַס און 2.6 מיליאָן אין דעם מערבֿ-ברעג. אָט די ציפֿערן שפּאַרן זיך נישט אָן אויף אַ ציילונג, נאָר אויף אַן אָפּשאַצונג, וואָס ס‘איז געמאַכט געוואָרן לויט אַ פּאַלעסטינער צענזוס פֿון 1997.

אַ קליינע גרופּע פֿאָרשער פֿון ישׂראל און אַמעריקע, וואָס ס’רוב זענען זיי רעכט געשטימט, וואַרפֿן אָפּ די ציפֿערן פֿון די פּאַלעסטינער און האַלטן, אַז הײַנט וווינען אין עזה-פּאַס אַרום 1.6 מיליאָן נפֿשות און אויף די שטחים נאָך 1.6 מיליאָן. דער אונטערשייד אין די ציפֿערן אין עזה-פּאַס איז נישט זייער גרויס און דערצו האָט עזה אויפֿגעהערט צו זײַן אַ טייל פֿון ארץ-ישׂראל. הײַנט האָט זי זיך אומגעקערט צו די טעג, ווען זי האָט געדינט ווי אַן עגיפּטישע פּראָווינץ. דעריבער פֿאָקוסירט זיך דער וויכּוח ,דער עיקר, איבער די איבעריקע שטחים: יהודה און שומרון.

צווישן דער צאָל, וואָס כּמעט די גאַנצע וועלט נעמט זי אָן ווי פֿאַרלאָזלעך, און דער צאָל פֿון אַ קליינער גרופּע פֿאָרשער, ליגט אַ חילוק פֿון אַ מיליאָן נפֿשות. פֿון וואַנען האָט זיך גענומען אַזאַ אונטערשייד?

וועגן דער צאָל אַראַבישע תּושבֿים אין יהודה און שומרון אין יאָר 1996 גייט נישט קיין דעבאַטע; לויט די לעצטע אָפּשאַצונגען פֿון מדינת-ישׂראל לעבן דאָרט (אָן ירושלים) 1.237 מיליאָן מענטשן. וואָס שייך דער סטאַטיסטיק, געמאַכט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, האָבן די פּאַלעסטינער סטאַטיסטיקער אָנגעציילט אויף די זעלבע שטחים 1.787 מיליאָן נפֿשות.

אין דעם צענזוס, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן דורכגעפֿירט אין יאָר 1997, האָט מען געציילט אויך די תּושבֿים וואָס געפֿינען זיך אין אויסלאַנד לענגער ווי איין יאָר און זיי אַרײַנגעלייגט אין חשבון, ווי זיי וואָלטן געוווינט למעשׂה אויף די שטחים און „פֿאַרראָכטן‟ די געבורט-ראַטע.

די קעגנער פֿון די אָנגענומענע אָפּשאַצונגען פֿון דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג האַלטן, אַז די הײַנטיקע ציפֿערן זענען בלויז אַ גילגול פֿון די אַמאָליקע גרײַזן, אומרעאַלע דערוואַרטונגען פֿאַר אײַנוואַנדערונג אויף די שטחים און אַ קליינע פּסיכאָלאָגישע מלחמה קעגן די ייִדן.

די שטיצער פֿון דעם צענזוס פֿאַרלאָזן זיך אויף זײַנע רעזולטאַטן. ערשטנס, ווײַל די נאָרוועגישע מומחים האָבן קאָנטראָלירטש דעם אופֿן ווי ער איז דורכגעפֿירט געוואָרן און, צווייטנס, וואַרפֿן זיי אָפּ די טענות וועגן אַ באַדײַטנדיקער עמיגראַציע קיין ירדן, אייראָפּע אָדער דרום-אַמעריקע.

עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די קעגנער פֿון דעם צענזוס ברענגען ווי אַ ראַיה דעם חשבון, וואָס איינער פֿון די הייסע שטיצער פֿון דער תּושבֿים-טעאָריע וועגן 2.6 מיליאָן, פּראָפֿעסאָר אַרנון סופֿר, האָט נאָך פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1987. לויט זײַן פּראָגנאָז, האָבן געזאָלט אין יאָר 2000 לעבן אין גאַנץ ארץ-ישׂראל 4.2 מיליאָן ייִדן און 3.5 מיליאָן אַראַבער.

אויב מע קוקט אויף די פֿאַקטן פֿון יאָר 2000, קומט אויס, לכאורה, אַז ער האָט מיאוס געגרײַזט; אייגענטלעך, האָבן דעמאָלט געלעבט 5.18 מיליאָן ייִדן. אַז מע קוקט אָבער זיך גוט אײַן, זעט מען, אַז ער האָט טאַקע נישט אַזוי שלעכט געטראָפֿן. ראשית-חכמה, וואָס שייך ייִדן: אויב מע נעמט אַראָפּ איין מיליאָן עולים פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד, באַקומט מען טאַקע 4.2 מיליאָן.

וואָס שײַך די אַראַבער, זענען ממשיך די קעגנער, האָט ער אויך גוט געטראָפֿן; אין מדינת-ישׂראל גופֿא האָבן דעמאָלט געלעבט 1,188 מיליאָן אַראַבער, און אויב מע לייגט זיי צו צו די תּושבֿים וואָס האָבן געזאָלט וווינען אויף די שטחים, באַקומט זיך טאַקע, לויט זייער חשבון, נאָענט צו 3.5 מיליאָן נפֿשות. ביידע צדדים אין דעם וויכּוח ניצן אויס די ציפֿערן, כּדי צו פֿאַרענטפֿערן זייער פּאָליטיק.

די קעגנער, די רעכט געשטימטע, האַלטן, אַז מע טאָר נישט בשום-אופֿן אָפּטרעטן פֿון יהודה און שומרון, ווײַל די ייִדישע מערהייט איז פֿאַרזיכערט, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם, וואָס די יִידישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט אַרום 64-60 פּראָצענט.

די שטיצער, מיט אַרנון סופֿר בראָש, האַלטן, אַז שוין הײַנט איז די צאָל יִידן און אַראַבער גלײַך, סײַדן מיט גאָר אַ קליינער מערהײט פֿאַר די ייִדן. אַזאַ לאַגע דערמעגלעכט נישט אָנצופֿירן אַ סטאַבילע, מערבֿדיקע מדינה. עס איז בעסער אָפּצוטרעטן פֿון ס’רוב שטחים, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ ייִדישע מערהייט אויף אַ קלענערן שטח, ווי גאַנץ ארץ-ישׂראל.

אַז מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אין די טענות „פֿאַר‟ און „קעגן‟, זעט מען, אַז ביידע צדדים האָבן זייער שטאַרקע אַרגומענטן און, נעמענדיק אין באַטראַכט נאָר ריינע סטאַטיסטישע ציפֿערן, איז זייער שווער זיך מישבֿ זײַן און אָננעמען ריכטיקע שריט. יעדער טראָט שטעלט מיט זיך פֿאָר גרויסע סכּנות; אויב מע וועט אַנעקסירן די שטחים, וועט די יִידישע מערהײט ווערן נישט מער ווי 64 פּראָצענט און איז עלול צו ווערן, כאָטש אין די קומענדיקע צענדליקער יאָרן, נאָך קלענער (אַלע ריכטן זיך, אַז דער פּראָצענט ייִדן וועט נעמען וואַקסן אין דרײַסיק יאָר אַרום). פֿון דער צווייטער זײַט, אויב מע וועט לאָזן די פּאַלעסטינער גרינדן אַ מדינה, וועלן גראָד דעמאָלט קענען פֿרײַ אַרײַנדרינגען הונדערטער טויזנטער אַראַבער אין אַרץ-ישׂראל און ראַדיקאַל בײַטן דעם פּראָצענט־באַלאַנס.

די אונטערשטע שורה: ביידע באַפֿעלקערונגען וועלן ווײַטער וואַקסן, ווי אויף הייוון, און ארץ-ישׂראל וועט בלײַבן קליין, ווי עס איז הײַנט. ווי אַ רעזולטאַט, וועט ווערן ערגער די ענגשאַפֿט און דער קאַמף פֿאַר די אײַנגעשרומפּענע רעסורסן זיך שטאַרקן.