דער סוף פֿון מעשׂהלעך

An End to Fairy Tales

אַ מוסטער פֿון דער נסתּרס ביכל פֿאַר קינדער
אַ מוסטער פֿון דער נסתּרס ביכל פֿאַר קינדער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 09, 2013, issue of August 02, 2013.

דער נסתּרס שאַפֿונג פֿון די 1930ער יאָרן איז אַ טעמע, װאָס װאַרט אױף איר געהעריקער פֿאָרשערישער באַהאַנדלונג. זײַן סימבאָליסיטשער פּעריאָד האָט זיך געענדיקט מיט אידעאָלאָגישע רדיפֿות אין 1929, און ערשט מיט זעקס יאָר שפּעטער האָט ער װידער באַקומען אַ מעגלעכקײט צו דרוקן זײַנע קינסטלערישע װערק. אין צװישן האָט זיך דער נסתּר אָפּגעגעבן מיט רעדאַקטאָרישער אַרבעט, איבערזעצונגען, זשורנאַליסטיק. אָבער ניט געקוקט אױף אַלע צרות, האָט דער נסתּר װײַטער געשריבן און געדרוקט זײַנע „מעשׂהלעך‟ פֿאַר קינדער. אין די 1930ער יאָרן זײַנען אַרױס דרײַ זאַמלביכער פֿון אַזעלכע מעשׂהלעך אין פֿערזן (1934, 1936, 1939). די דאָזיקע „מעשׂהלעך‟ זײַנען גאָר אינטערעסאַנט סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרעם, אין װעלכער זײ זײַנען דערשינען אין דרוק.

קינדער־ליטעראַטור איז פֿון אָנהײב אָן געװען אַ װיכטיקער צװײַג פֿון דער שעפֿערישער טעטיקײט פֿון „קולטור־ליגע‟. די דאָזיקע קלײנע ביכלעך זײַנען אילוסטרירט געװאָרן דורך די סאַמע באַרימטע קינסטלער פֿון ייִדישן אַװאַנגאַרד: מאַרק שאַגאַל, אל ליסיצקי, יוסף טשײַקאָװ. אין די 1930ער יאָרן איז די קינדער־ליטעראַטור אַרײַנגענומען געװאָרן אין דער סאָװעטישער סיסטעם פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, און איר סטיל איז געװאָרן מער סטאַטעטשנע און קאָנסערװאַטיװ. דעם דאָזיקן סטיליסטישן איבערגאַנג זעט מען, װען מען פֿאַרגלײַכט דער נסתּרס אױסגאַבעס פֿון 1923-1917 מיט די פּובליקאַציעס פֿון די 1930ער יאָרן. די פֿריִערע ביכלעך זײַנען זײער באַשײדן, אָבער זײ אָטעמען מיט פֿרישקײט און פֿאַנטאַזיע. די שפּעטערע זײַנען אַ סך סאָלידער, אָבער גאַנץ פּראָסט אין סטיל און אױספֿירונג.

ניט װײניקער אינטערעסאַנט זײַנען די גלגולים, װאָס עס האָבן דורכגעמאַכט די העלדן פֿון דער נסתּרס קינדער־מעשׂהלעך צװישן די 1920ער און די 1930ער יאָרן. ס‘רובֿ פֿון זײ זײַנען חיות: אַ פֿוקס, אַ בער, אַ האָז, אַ ציגעלע, אַ האָן. בעת דער סימבאָליסטישער תּקופֿה האָבן זײ באַװױנט אַן אױסגעטראַכטע, פֿאַנטאַסטישע װעלט װײַט פֿונעם מענטשלעכן ייִשובֿ. אין די 1930ער — קומען די חיות אין נאָענטן באַריר מיט דער רעאַלער מאָדערנער װעלט, װאָס דערמאָנט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. כּסדר קומען די חיות צו די מענטשן צוליב עפּעס אַ צרה אָדער אַ נויט, װען זײ זײַנען הונגעריק אָדער קראַנק. אָבער קײן הילף באַקומען זײ ניט.

אָט, למשל, אין דער „מעשׂה מיט אַ װאָלף און מיט אַ פֿוקס‟ (1939) טרעפֿן מיר אָן אויף אַ פּאָר חיות, װאָס האָבן „דרײַ טעג שױן פֿון הונגער געליטן‟. זײ טוען אָן מענטשלעכע קלײדער, דער װאָלף נעמט אַ „בעטלערשע לירע‟ און זײ לאָזן זיך אין װעג אַרײַן צו מענטשן מיט אַ האָפֿענונג, אַז „מיר װעלן זאַט זײַן, / פֿון הונגער ניט קלערן‟. װען זײ קומען אין אַ דאָרף, דערקענט מען זײ צוערשט ניט: „איז װער־זשע זאָל װיסן, / און װער זאָל דערקענען, / אַז אונטער די היטלען / די אױגן זײ ברענען?‟ אָבער װען זײ הײבן אָן זינגען, קומט אַרױס „ביטער־געװאָיען / פֿון חיהשע שטימען״. מען פֿאַרשטײט, אַז דאָס זײַנען די „חיות פֿאַרשטעלטע‟, נעמט זיך „די בײנער צו ברעכן / און הױט פֿון זײ שינדן.‟ צום סוף האָבן זיך די חיות טאַקע געראַטעװעט פֿונעם דאָרף, אָבער דער דיכטער האָט זיך „געפֿױלט‟ צו באַשרײַבן, װאָס איז געשען װײַטער.

דאָס דאָזיקע מעשׂהלע און אויך עטלעכע אַנדערע מאַכן אַ מאָדנעם אײַנדרוק אױפֿן הײַנטיקן לײענער. עס איז קודם־כּל ניט קלאָר, צי דער לײענער דאַרף האָבן רחמנות אױף די נעבעכדיקע חיות, װעלכע האָבן געליטן פֿון מענטשלעכן כּעס, צי פֿאַרקערט, מען דאַרף זײ פֿײַנט האָבן פֿאַר זײער מיאוסקײט און שלעכטע מידות. און דער מחבר אַלײן זאָגט גאָר ניט קלאָר, אױף װאָסער צד ער איז. דער נסתּרס סטיל פֿון די 1920ער איז געװען פֿריש, שפּילעװדיק און אָריגינעל, אָבער אין די 1930ער, דאַכט זיך, אַז ער האָט זיך טאַקע יאָ „געפֿױלט‟ צו שרײַבן אַ שײנע מעשׂה. מעגלעך, אַז ער האָט געהאַלטן דאָס שרײַבן קינדער־ביכלעך סתּם פֿאַר אַ פּרנסה, בעת אַלע שעפֿערישע כּוחות זײַנע זײַנען געװען געװידמעט דעם ראָמאַן „משפּחה מאַשבער‟.

די דאָזיקע מעשׂהלעך טראָגן אַ טיפֿן שטעמפּל פֿון יענער צײַט. די אַלטע נאַיִװע חיות װױנען אין אַ נײַער װעלט, װוּ מען קוקט אױף אַלעמען מיט חשד. דער מחבר שילדערט די נײַע װירקלעכקײט, אָבער ער „פֿױלט זיך‟ זי אָפּצושאַצן. זײַנע מעשׂיות זײַנען פֿון אַ נײַעם שניט: „אַ מעשׂה אַזאַ מין, / װאָס זי נישט געהערט / עס האָבן אַפֿילו קײן זקנים מיט בערד‟. אַנשטאָט מוסר־השׂכּל זאָגט ער זײַן לײענער, דעם קלײנעם סאָװעטישן קינד, מיט אַ טרױעריקן שמײכל: „ניטאָ, שױן ניטאָ, / פֿון דער מאָדע אַרױס, / אױך מעשׂיות מיט פֿוקסן / געענדיקט און — אױס!‟

דער נסתּר בלײַבט דער נסתּר אַפֿילו אין די סאַמע סאָװעטישע װערק זײַנע. ער װיל ניט מגלה זײַן, װאָס ער טראַכט און װאָס ער מײנט אין דער אמת. אין דער מעשׂה „טוט דעם האָזל װײ די צײן‟ דערצײלט ער װעגן אַ האָזל, װאָס קומט אין דער שטאָט צו אַ צאָן־דאָקטער. װען ער זעט די באָר־מאַשין, פֿאַרלירט ער דעם קאָפּ „און אַנטלױפֿט פֿון דאָקטער באַלד‟ צוריק אין װאַלד. אָבער דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע איז דאָ דער סוף: „כי־כי־כי און כאַ־כאַ־כאַ! / האָסטו געהערט אַ זאַך אַזאַ! אַז אַ האָזל זאָל מיט צײן / גאָר צום דאָקטער װעלן גײן? / — נײן!״ אַזױ אַרום זאָגט דער נסתּר, אַז די גאַנצע מעשׂה איז ניט מער װי אַן אױסגעטראַכטער ליגן און לאָזט דעם לײענער געפּלעפֿט, װי אַזױ זי אױסצוטײַטשן.