איין טראָט נעענטער

One Step Closer to Haredi Draft

אַ גרופּע בחורים לערנען זיך אין דער פּאָנאָוויצער ישיבֿה אין בני־ברק, ישׂראל
Getty Images
אַ גרופּע בחורים לערנען זיך אין דער פּאָנאָוויצער ישיבֿה אין בני־ברק, ישׂראל

פֿון ייִט״אַ

Published July 10, 2013, issue of August 02, 2013.

ירושלים. — דער ישׁראלדיקער קאַבינעט האָט די וואָך אָנגענומען אַ פֿאָרלייג צו נעמען טויזנטער חרדישע בחורים אין מיליטער — און במילא אינטעגרירן זיי אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ביז איצט זענען אַלע חרדישע ישיבֿה־סטודענטן געווען באַפֿרײַט פֿונעם דינען אין צה״ל.

14 מיניסטאָרן האָבן געשטימט פֿאַרן פֿאָרלייג צו רעפֿאָרמירן דאָס געזעץ, און 4 האָבן זיך צוריקגעהאַלטן פֿון שטימען. איצט וועט דער מיניסטאָרן־קאָמיטעט פֿון לעגיסלאַציע אַרומרעדן דעם ענין איידער עס גייט צו דער כּנסת.

לויט דעם געזעץ, וואָלטן בלויז 1,800 ישיבֿה־סטודענטן, וואָס מע האָט זיי באַצייכנט פֿאַר עלויים, געבליבן אין דער ישיבֿה. די איבעריקע פֿון די בערך 8,000 חרדים, וועלכע דערגרייכן דעם עלטער צו דינען, וואָלט מען גענומען אין מיליטער, כאָטש זיי וואָלטן געהאַט די ברירה צו לערנען אין ישיבֿה ביזן עלטער פֿון 21 יאָר, איידער זיי גייען דינען אין צה״ל.

אַ צווייטער פֿאָרלייג צו שטעלן די ישׂראלדיקע אַראַבער צום פּריזיוו, איז נישט אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דעם איצטיקן געזעץ־פּראָיעקט.

דרײַ פֿון די מיניסטאָרן, וועלכע האָבן זיך צוריקגעהאַלטן פֿון שטימען, זענען געווען די מיטגלידער פֿון „ישׂראל ביתינו‟. זייער טענה איז געווען, אַז מע דאַרף אַרײַננעמען אַלע חרדישע בחורים אין מיליטער בײַ 18 יאָר, אָן שום אויסנאַם.

„אונדזער ציל איז אַ צווייפֿאַכיקער,‟ האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו דערקלערט בײַם אָנהייב פֿון דער קאַבינעט־זיצונג זונטיק. „ערשטנס, אינטעגרירן די יונגע חרדים אין צה״ל אָדער נאַציאָנאַלן דינסט, און צווייטנס — פּונקט אַזוי וויכטיק — איז אינטעגרירן זיי אינעם אַרבעט־מאַרק.‟

„איך האַלט, אַז ס׳איז אויך וויכטיק צו אינטעגרירן די ישׂראלדיקע אַראַבער, ווען עס רעדט זיך וועגן ׳מיטטראָגן דעם עול׳, און דערפֿאַר האַלט איך, אַז דער איצטיקער פֿאָרלייג וועט נישט זײַן דערגאַנצט, ביז מיר באַהאַנדלען נישט אויך יענעם ענין,‟ האָט נתניהו געזאָגט.