טעראָריסטן גרייט צו אַטאַקירן אַראַבישע ישׂראלים אין סיני

Terrorists Target Arab-Israelis in Sinai

Getty Images

פֿון (ייִט״אַ)

Published July 10, 2013, issue of August 02, 2013.

די איסלאַמיסטן־טעראָריסטן ווילן אַטאַקירן די אַראַבישע ישׂראלים אין סיני, שרײַבט, אַן־שאַרק אַל־אַוואַסאַט אין אַן אַראַבישער צײַטונג אין לאָנדאָן. באַוואָפֿנטע טעראָר־צעלן, פֿאַרבונדן מיט דער „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟, „כאַמאַס‟ און „אַל־קײַדאַ‟, גרייטן זיך אָנצופֿאַלן אויף די ישׂראלדיקער אַראַבער, ווי אַ טייל פֿון דער סטראַטעגיע צו ברענגען שאָדן דער טוריזם־אינדוסטריע אין סיני. די ידיעה קומט אַרויס פֿון אַ ישׂראלדיקן פֿאַרטיידיקונג־באַאַמטן, שרײַבט מען אין Ynet.

„די אַטאַקן וועלן זײַן געצילט אויף די ישׂראלדיקע בירגער בכלל און ייִדישע בירגער בפֿרט, אָבער צום ערשטן מאָל, לויט מײַן אינפֿאָרמאַציע, וועט מען אויך אָנפֿאַלן אויף די אַראַבישע ישׂראלים.‟ „די מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ וויל דווקא איצט אַטאַקירן ישׂראל, אויסצוניצן די געלעגנהייט וואַס אַ ביטערע שטימונג האָט זיך אַנטוויקלט מצד דעם עגיפּטישן פֿאָלק, וואָס שייך מיטאַרבעט מיט ישׂראל.

זונטיק, האָט ישׂראלס אַנטי־טעראָריזם־אינסטאַנץ געוואָרנט אַלע ישׂראלים אין סיני, מע זאָל תּיכּף פֿאָרלאָזן דעם שטח. די וואָרענונג, האָט געזאָגט די אינסטאַנץ, האָט מען מודיע געווען צוליב „דער פֿאַרערגערונג פֿון דער זיכערקייט־סיטואַציע אין סיני. אַ גרויסע צאָל צונויפֿשטויסן און באַגעגענישן מיט בלוטפֿאַרגיסונג צווישן פֿאַרשיידענע גרופּעס איז שוין דאָרטן פֿאָרגעקומען. דערצו האָט אונדזער אויסשפּיר־אַגענטור אויסגעפֿונען אינפֿאָרמאַציע וועגן מעגלעכע טעראָר־אַטאַקן.‟