שאַראַנסקי, לאַודער ווילן אַ פֿאַרגיטיקונג־רעפֿאָרם

Sharansky, Lauder Call for Claims Conference Reform

אָנפֿירער פֿון דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿאָרענץ‟ קוקן ווי
דײַטשע באַאַמטע לייגן אַרויף אַ קראַנץ בלומען אין יד־ושם, ירושלים, מײַ 2013
אָנפֿירער פֿון דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿאָרענץ‟ קוקן ווי דײַטשע באַאַמטע לייגן אַרויף אַ קראַנץ בלומען אין יד־ושם, ירושלים, מײַ 2013

פֿון ייִט״אַ

Published July 11, 2013, issue of August 02, 2013.

נתן שטשאַראַנסקי, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „ייִדישער אַגענץ‟ און ראָנאַלד לאַודער, פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ ווילן, אַז דרויסנדיקע אינסטאַנצן זאָלן אויספֿאָרשן וואָס עס טוט זיך בײַ דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ‟, נאָך דעם ווי מע האָט אַנטפּלעקט אַ שווינדל פֿון 57 מיליאָן דאָלאַר.

די צוויי פֿירער האָבן דינסטיק, דעם ערשטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ, מודיע געווען אַ בשותּפֿותדיקן אַנאָנס, לויט דעם Jerusalem Post, אין וועלכן זיי האָבן קריטיקירט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערעץ‟, ווײַל זי האָט נישט מפֿרסם געווען אַ בריוו פֿון 2001, אין וועלכן מע האָט געוואָרנט די פֿאַרוואַלטונג וועגן דעם שווינדל. דערצו האָט די „קאָנפֿערענץ‟ נישט מודיע געווען וועגן אַ שפּעטערדיקן באַריכט אין שײַכות מיט דעם דאָזיקן בריוו.

במשך פֿון יאָרן האָבן די אַרבעטער בײַ דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ‟ אַרויסגעשווינדלט בסך־הכּל 57 מיליאָן דאָלער פֿון די געלטער, וואָס מע האָט געדאַרפֿט אויסצאָלן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. אין 2009 האָט מען אויסגעפֿונען וועגן דעם פֿאַרברעכן.

שטשאַראַנסקי און לאַודער האָבן אין זייער דערקלערונג געבעטן, אַז ווען מע שטעלט צונויף אַ קאָמיטעט אויסצואַרבעטן אַ רעפֿאָרם אין דער אָרגאַניזאַציע, זאָל מען אויסקלײַבן פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע ייִדישע גרופּעס. „שוין צו לאַנג, וואָס, פֿון איין זײַט, אַרבעט שווער די ׳פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ׳ לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק, און, פֿון דער צווייטער זײַט, מיינט מען, אַז די אָרגאַניזאַציע ווערט געפֿירט הינטער פֿאַרמאַכטע טירן, קיינער זאָל נישט וויסן ווי מע באַשליסט זאַכן‟, האָט שטשאַראַנסקי דערציילט דעם Jerusalem Post.

אַ באַריכט וועגן דעם שווינדל, וואָס די „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ‟ האָט אַליין צוזאַמענגעשטעלט און פֿאַרעפֿנטלעכט זונטיק, האָט צעשפּאָלטן די אָרגאַניזאַציע און די צוויי העכסטע באַאַמטע האָבן זיך צעקריגט. צוויי פֿון די פֿיר קאָמיטיט־מיטגלידער וואָס האָבן אַרויסגעגעבן דעם באַריכט, האָבן דעמיסיאָנירט. די צוויי, אַבֿרהם בידערמאַן און ראָמאַן קענט, האָבן געשיקט בריוו צו דער פֿאַרוואַלטוננג, אין וועלכע זיי האָבן זיך באַקלאָגט, אַז אינעם באַריכט געפֿינען זיך פֿאַלשע פֿאַקטן. גרעג שנײַדער, דער הויפּט־עקזעקוטיוו פֿון דער פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ האָט אויך געהאַלטן, אַז דער באַריכט האָט „תּוכיקע טעותן‟. דער „Forward‟ האָט צו ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם באַריכט אויף זײַ וועבזײַט מאָנטיק, אַ טאָג פֿאַר דער זיצונג.

31 מענטשן האָט מען אַרעסטירט אין פֿאַרבינדונג מיטן שווינדל. אין געריכט האָט מען זיי אַלע פֿאַרמישפּט מיט אַן אורטייל פֿון שולדיק. גרעג שנײַדער האַלט, אַז דער וואָס איז באמת שולדיק אין דער אָרגאַניזאַציע, איז קאַרל באָזיק, דער דירעקטאָר פֿונעם פֿראַנקפֿורטער ביוראָ פֿון דער „פֿאַרגיטיקונג־קאָנפֿערענץ‟. ער האָט באַקומען דעם אַנאָנימען בריוו נאָך אין 2001. בראָזיק איז געשטאָרבן אין 2004.