„קעלנער־ענין מוז אָפּגעשטעלט ווערן‟

Hikind: 'Drop All Charges' Against Kellner

אַ טייל פֿון די דעמאָנסטראַנטן פֿאַרן ביוראָ פֿונעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנז, דאָנערשטיק. אויף די שילדן שטייט געשריבן: „הײַנז מוז דעמיסיאָנירן‟, „סעם קעלנער איז אַ העלד‟ און „גערעכטיקייט פֿאַר קעלנער!‟
Michael Armstrong
אַ טייל פֿון די דעמאָנסטראַנטן פֿאַרן ביוראָ פֿונעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנז, דאָנערשטיק. אויף די שילדן שטייט געשריבן: „הײַנז מוז דעמיסיאָנירן‟, „סעם קעלנער איז אַ העלד‟ און „גערעכטיקייט פֿאַר קעלנער!‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 14, 2013, issue of August 02, 2013.
הרבֿ ברוך לעבאָוויץ
הרבֿ ברוך לעבאָוויץ

דער ניו־יאָרקער אַסעמבלעמאַן, דבֿ הײַקינד, האָט דאָנערשטיק גערופֿן דעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר טשאַרלס הײַנז תּיכּף אָפּצושטעלן דעם ענין קעגן סעם קעלנער — דער מונקאַטשער חסיד, וועלכער האָט אין 2010 דערציילט הײַנזן וועגן זײַן זונס סעקסועלער באַלעסטיקונג מצד הרבֿ ברוך לעבאָוויץ (//yiddish2.forward.com/node/2824/print), אָבער איז שפּעטער באַשולדיקט געוואָרן אין אונטערקויפֿן און באַדראָען די עדות — אַ באַשולדיקונג, וואָס איז, אַ פּנים, אַליין „פֿול מיט לעכער‟.

„די באַשולדיקונג קעגן סעם קעלנער איז געמאַכט אויפֿן סמך פֿון אַ טאַשמע אויף ייִדיש, וואָס לעבאָוויצס זון האָט געהאַט איבערגעגעבן אין דעם הויפּט־פּראָקוראָרס ביוראָ,‟ האָט הײַקינד דערקלערט. „ס׳איז מיר אָבער איצט קלאָר ווי דער טאָג, אַז די טאַשמע, וווּ דער שמועס ווערט געפֿירט אויף אַן אונגערישן ייִדיש — וואָס איך האָב זיך צו דעם אַליין צוגעהערט — איז שלעכט איבערגעזעצט געוואָרן. אָן דער טאַשמע, איז בכלל נישטאָ קיין איבערצײַגנדיקער באַווײַז [קעגן קעלנערן]. אַחוץ דעם, האָבן פֿאַרלזאָזלעכע קוואַלן איבערגעגעבן, אַז די פּראָקוראָרן האָבן שוין אַליין געזאָגט דעם ריכטער, אַז זייערע הויפּט־עדות זענען נישט פֿאַרלאָזלעך. נישטאָ קיין באַווײַזן? נישטאָ קיין עדות? וואָס נאָך וואַרט דער הויפּט־פּראָקוראָר?‟

לויטן בלאָג Gothamist, האָט הײַנז׳ס וואָרטזאָגער, דזערי שמעטערער, אָבער דערקלערט: „מיר האָבן בדעה ווײַטער צו ברענגען דעם ענין צו אַ מישפּט.‟

דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק האָט אַ גרופּע אַקטיוויסטן פֿאַר די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג זיך פֿאַרזאַמלט לעבן הײַנז׳ ביוראָ אויף דזשיי סטריט, ברוקלין, און אויך געפֿאָדערט, ער זאָל תּיכּף אָפּשטעלן דעם לעגאַלן ענין קעגן קעלנער.

חיים לעווין, דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, גיט אַן אינטערוויו פֿאַר דער טעלעוויזיע־סטאַנציע 4
Mo Gelber
חיים לעווין, דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, גיט אַן אינטערוויו פֿאַר דער טעלעוויזיע־סטאַנציע 4

דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע איז געווען חיים לעווין, אַ 24־יאָריקער בחור פֿון אַ ליובאַוויטשער משפּחה, וועלכער האָט אַליין קינדווײַז געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ אויף ייִדיש, האָט לעווין באַטאָנט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק אַרויסצוּווײַזן שטיצע פֿאַר קעלנער אין דער שווערער צײַט.

„דאָס איז אַ פֿאָטער, וואָס האָט געזוכט גערעכטיקייט פֿאַר זײַן זון און געגאַנגען צו דער פּאָליציי, וואָס דאָס איז מער ווי מײַנע עלטערן האָבן געטאָן,‟ האָט לעווין געזאָגט.

סעם קעלנער באַשולדיקט הרבֿ ברוך לעבאָוויץ, אַ באַקאַנטער מונקאַטשער חזן און פֿאָר־אַגענט אין די חסידישע קרײַזן אין ברוקלין, אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט זײַן זון, ווי אויך אַנדערע ייִנגלעך במשך פֿון אַ סך יאָרן.

אין 2010 איז לעבאָוויץ טאַקע פֿאַרמישפּט געוואָרן אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט קינדער, און ער האָט געזאָלט זיצן אין תּפֿיסה צווישן 1/2־10 און 32 יאָר, אָבער איז באַפֿרײַט געוואָרן אין 2011 צוליב אַ טעכנישן טעות. מע האָט געזאָלט אָנהייבן אַ נײַעם פּראָצעס, אָבער ביז הײַנט האָט מען נאָך נישט באַשטימט קיין דאַטע דערפֿאַר.

עטלעכע חדשים נאָכן לעבאָוויץ־מישפּט, האָט הײַנז באַשולדיקט קעלנער אין פּרוּוון אַרויספּרעסן געלט פֿון לעבאָוויצס משפּחה און אונטערקויפֿן אַן עדות, כּדי דער עדות זאָל גיבן גבֿית־עדות קעגן לעבאָוויצן.

ווי עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, זענען די באַווײַזן קעגן קעלנער געקומען פֿון ברוך לעבאָוויצס אייגענער משפּחה און אַדוואָקאַטן. לויט אַ ריי אַרטיקלען פֿון העלאַ ווינסטאָן אין דער „דזשויִש וויק‟, און אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָט דער עדות קעגן קעלנער געהאַלטן אין איין בײַטן די פּרטים פֿון זײַן עדות־זאָגן. ער טענהט איצט, אַז אַ חסידישער אַקטיוויסט, וועלכער איז לעבאָוויצס אַ געטרײַער שטיצער, האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר באַצאָלט אַלע לעבן־הוצאָות פֿונעם עדות: זײַנע נסיעות קיין ישׂראל און צוריק; זײַן שׂכר־לימוד; זײַנע אַדוואָקאַטן און זײַן דירה־געלט.

לעבאָוויצס הויפּט־אַדוואָקאַט האָט שוין טאַקע לעצטנס געפּרוּווט פֿאַרהאַנדלען אַ מישפּט־אָפּמאַך אין שײַכות מיט דעם עדות, אָבער די פּראָקוראָרן האָבן נישט מסכּים געווען, האָט ווינסטאָן איבערגעגעבן. קעלנערס אַדוואָקאַטן זאָגן, אַז די באַמיִונגען פֿון לעבאָוויצס אַדוואָקאַטן צו דערגיין צו אַ מישפּט־אָפּמאַך איז אַ סימן, אַז זיי זענען מסתּמא אַליין חושד, אַז מיטן עדות האָט לעבאָוויץ מסתּמא מאַניפּולירט, און אַז קעלנער האָט אים טאַקע נישט אונטערגעקויפֿט.

לעווין האַלט, אַז ס׳איז וויכטיק צו שטיצן נישט בלויז קעלנער, נאָר אַלע, וועלכע זענען אַמאָל באַלעסטיקט געוואָרן, אָדער קענען איינעם וואָס האָט געליטן דערפֿון. נישט לאַנג צוריק האָט לעווין אַליין געוווּנען אַן אָנקלאָג פֿון 3.5 מיליאָן דאָלאַר קעגן זײַן שוועסטערקינד, וואָס האָט במשך פֿון אַ לענגערער צײַט אים באַלעסטיקט. צוליב דעם וואָס אַ טייל פֿון די אַטאַקן זענען פֿאָרגעקומען אין ישׂראל, בעת לעווין איז געווען מיט זײַן משפּחה אויף וואַקאַציע, וועט מען אין דער נאָענטער צוקונפֿט מסתּמא אָנהייבן אַ קרימינעלן פּראָצעס קעגן אים.

לעווין פֿירט אויך אָן מיט אַ וועבזײַט, Gotta Give ‘Em Hope, וווּ ער מוטיקט אַנדערע, וועלכע זענען באַעוולט געוואָרן, נישט צו שווײַגן וועגן דעם.

„די אַקציעס פֿונעם הויפּט־פּראָקוראָר זענען נישט בלויז שאָקירנדיק, אָבער גיבן אַ שרעקלעכן מוסטער פֿאַר אַנדערע,‟ האָט לעווין געזאָגט. „אַנשטאָט צו גיין קעגן לעבאָוויץ, וואָס יעדער ווייסט, אַז ער איז אַ גרויסע סכּנה פֿאַר קינדער, גייען זיי נאָך קעלנערן. דערווײַל האָט קעלנער טאַקע פֿאַרלוירן אַלץ — זײַן קהילה, זײַן הויז און זײַן אַרבעט.‟