הרבֿ שודריך דראָט דעמיסיאָנירן

Polish Chief Rabbi May Quit

הרבֿ מײַקל שודריך
Taube Foundation for Jewish Life and Culture
הרבֿ מײַקל שודריך

פֿון ייִט״אַ

Published July 16, 2013, issue of August 02, 2013.

אין וואַרשע האָט דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן געזאָגט, אַז ער וועט פֿאַרלאָזן זײַן פּאָזיציע, אויב מע וועט נישט דערלאָזן קיין שחיטה פֿאַר כּשר פֿלייש. דער פּאַרלאַמענט האָט פֿרײַטיק אָפּגעוואָרפֿן אַ געזעץ וואָס וואָלט יאָ געלאָזט שחיטה אין לאַנד. „איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, ווי איך קען דינען ווי דער הויפּט־רבֿ אין אַ לאַנד, אין וועלכן דאָס רעכט פֿון דער ייִדישער רעליגיע איז אַזוי באַגרענעצט. ווי וואָלט איך אַזוי געקענט אַרבעטן לטובֿת די ייִדן?‟ האָט הרבֿ מײַקל שודריך געשריבן אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט אין דער אינטערנעץ.

„איך סטראַשע נישט — וועמען וואָלט איך דאָך געסטראַשעט? אָבער איך בין מודיע אַ בולטן פֿאַקט. אויב מע וועט ווידער נישט לעגאַליזירן די שחיטה, וועל איך מוזן פֿאַרלאָזן מײַן פּאָזיציע‟, האָט ער באַטאָנט.

דער אַמעריקאַנער געבוירענער שודריך, וואָס אַרבעט שוין אין פּוילן מער ווי 20 יאָר, האָט פֿאַרנומען די פּאָזיציע פֿונעם הויפּט־רבֿ אין 2004. פֿאַר דעם האָט ער געדינט ווי דער רבֿ פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער קהילה און דירעקטאָר פֿון דער „ראָנאַלד ס. לאַודער־פֿונדאַציע‟ אין פּוילן.

נאָך דעם ווי דער פּוילישער פּאַרלאַמענט האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם רעגירונג־געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט דערלאָזט שחיטה אין אַ שעכטהויז אין פּוילן, האָט דאָס ישׂראלדיקע אויסערן־מיניסטעריום אויסגעדריקט זײַן אַנטוישונג, און געזאָגט, אַז די אָפּשטימונג איז „אין גאַנצן נישט דערלאָזלעך‟.

דאָס ישׂראלדיקע מיניסטעריום האָט ווײַטער געזאָגט — „די געשיכטע פֿון פּוילן איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע. דער באַשלוס צעשעדיקט דעם פּראָצעס פֿון אויפֿבויען אַ ייִדיש לעבן אין פּוילן. מיר פֿאָדערן פֿונעם פּאַרלאַמענט, אַז ער זאָל איבערטראַכטן דעם באַשלוס און אויסמײַדן אַזאַ שווערן קלאַפּ צו דער רעליגיעזער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟.

די מפּלה פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט איז אויך געווען אַ מפּלה פֿאַרן פּוילישן פּרעמיער דאָנאַלד טוסק, וועלכער וויל פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונגען צווישן ישׂראל און פּוילן.