דאָס „ווײַסע הויז‟, נוסח האָליוווּד

Hollywood Wins the White House

טשאַנינג טאַטום שפּילט דעם אויסלייזער פֿון אַמעריקע אין „דאָס ׳ווײַסע הויז׳ איז געפֿאַלן‟
טשאַנינג טאַטום שפּילט דעם אויסלייזער פֿון אַמעריקע אין „דאָס ׳ווײַסע הויז׳ איז געפֿאַלן‟

פֿון עדי מהלאל

Published July 16, 2013.

צוויי האָליוווּדער פֿילמען, לעצטנס פּראָדוצירט געוואָרן, באַשרײַבן אַן ענלעכע געשעעניש: דאָס אַמעריקאַנער „ווײַסע הויז‟ ווערט בגוואַלד איבערגענומען, און דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט ווערט פֿאַרכאַפּט. איין פֿילם, „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟ (Olympus Has Fallen), זאָל האָבן רעפּרעזענטירט דעם סדר-היום פֿונעם „רעכטן לאַגער‟, בשעת דער צווייטער, „דאָס ווײַסע הויז איז געפֿאַלן‟ (White House Down), נייגט זיך כּלומרשט צום „לינקן לאַגער‟. אָבער אַ טיפֿער אַרײַנבליק אין ביידע פֿילמען באַווײַזט, אַז זיי האָבן בשותּפֿות אַ סך מער ווי מע האָט געטראַכט לכתּחילה. ביידע פֿילמען שפּיגלען בעצם אָפּ דעם מהות פֿון „רעאַליטי-טעלעוויזיע‟ — דאָס יאָגן זיך נאָך אַן אַרבעט-שטעלע.

דער פֿילם „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟ איז שוין אַרויס מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, און איז געוואָרן זייער דערפֿאָלגרײַך. דער רעזשיסאָר, אַנטאָן פֿוקואַ, וואָס מע געדענקט אים, דער עיקר, צוליב זײַן פֿילם „אויסשולונג־טאָג‟ (2001), האָט געמאַכט אין „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟ זייער אַ סטאַנדאַרדן „אַקשאָן פֿילם‟. אַ העלד מיט גרויסע פֿיזישע פֿעיִקײטן, מוז מער-ווייניקער, אַליין הרגענען אַלע שׂונאים און ראַטעווען די וועלט. דער אונטערשייד, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע פֿילמען פֿון דעם מין, שטעקט אין דעם, אַז דאָ האָבן די שׂונאים פֿאַרכאַפּט דעם פּרעזידענט ממש אינעם „ווײַסן הויז‟, און זיי דראָען צו לאַנצירן אַלע אַמעריקאַנער אַטאָמישע באָמבעס און דערמיט חרובֿ צו מאַכן די גרויסע אימפּעריע.

ס’איז נישטאָ אַזאַ אָפּגעניצטער האָליוווּד־שאַבלאָן, וואָס מע זאָל אים נישט געווען אַרײַננעמען אין „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟. ער ווערט גערעכנט ווי רעכט געשטימט, ווײַל די שׂונאים קומען פֿון דרויסן, צפֿון-קאָרעאַנער אין דעם פֿאַל. מע באַרעכטיקט, למשל, אין דעם פֿילם דעם באַנוץ פֿון פּײַניקונגען, און זײַן אַבסורדישער מוסר-השׂכּל איז, אַז מע דאַרף דווקא האָבן וואָס מער אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, כּדי זיי זאָלן זיך פֿאַרשפּרייטן איבער אַלע עקן פֿון דער וועלט און דערמיט „פֿאַרזיכערן דעם שלום‟.

דער צווייטער פֿילם, „דאָס ׳ווײַסע הויז׳ איז געפֿאַלן‟, איז אַרויס אַ וואָך פֿאַר דעם 4טן יולי, דער טאָג פֿון אַמעריקעס אומאָפּהענגיקייט. אין תּוך, איז ער מצרף אַלע געשטאַלטן און סיטואַציעס פֿון דער פֿילם־סעריע „שווער צו שטאַרבן‟ (Die Hard), נאָר מיט ייִנגערע אַקטיאָרן און אין אַן אַנדער אָרט — אינעם „ווײַסן הויז‟, דעם ערשטן סימבאָל פֿון דער גרויסער אימפּעריע. די שׂונאים אין דעם פֿילם קומען, בעיקר, פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפט גופֿא, וואָס מיינט, אַז ער איז גרייט צו זײַן קריטיש, יעדנפֿאַלס, אין קאָנטראַסט מיט „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟.

דער באַנוץ פֿון כּוח ווערט דאָ באַהאַנדלט דורך די ברילן פֿון געזעצלעכקייט, וואָס דער קאָנסערוואַטיווער טייל אַמעריקאַנער האָט באַזונדערס פֿײַנט; און דער פֿילם ווײַזט אַ כּמו-אָבאַמאַ פּרעזידענט (דער פֿײַנער אַקטיאָר דזשיימי פֿאָקס), וואָס לייגט פֿאָר אַ שלום-פּלאַן, כּולל אַן אַמעריקאַנער צוריקצי פֿון מיטל-מיזרח (הלוואַי!). די פֿינצטערע אינערלעכע כּוחות פֿון דעם מיליטער-אינדוסטריעלן קאָמפּלעקס שטעלן זיך אַנטקעגן אַזאַ מין פּלאַן, און זיי מאַכן יד-אַחת איבערצונעמען די שליטה פֿון דעם פּרעזידענט. צוליב אָט די סיבות ווערט דער פֿילם פֿאַרטײַטשט ווי אַ “לינק געשטימטער‟. עמעצער אויף אַ וועבזײַט האָט אים אַפֿילו באַצייכנט, ווי „לינקע פּראָפּאָגאַנדע‟, וואָס איז אין דעם אמתן זייער ווײַט פֿון אמת.

אין „דאָס ׳ווײַסע הויז׳ איז געפֿאַלן‟ ווערט פֿאָרגעשטעלט אַ געשטאַלט פֿון זייער אַ קלוג און פֿעיִק יונג מיידל (דעם העלדס טאָכטער), וואָס מע באַצייכנט זי בפֿירוש ווי אַ תּלמידה פֿון „טשאַרטער סקול‟. פֿאַר די וואָס ווײסן נישט, זענען די „טשאַרטער סקולס‟ פּריוואַטע שולן, וואָס די חסידים-שוטים פֿון מילטאָן פֿרידמאַן פּראָטעזשירן, ווי אַ טייל פֿון די נעאָ-ליבעראַלישע פּלענער צו צעשמעטערן אַלע מלוכישע אינסטיטוציעס, בתוכם די עפֿנטלעכע שולן. דעם דאָזיקן פּריוואַטיזירונג-פּראָצעס פּראָטעזשירט מיט גרויס התלהבֿות אַפֿילו דער ליבעראַלער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.

אָבער נישט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן; די צוויי פֿילמען האָבן בשותּפֿות די זעלבע סטרוקטור פֿון „רעאַליטי-טעלעוויזיע‟. אין ביידע פֿילמען וויל דער הויפּט-העלד ווערן אַ טייל פֿון דער געהיימער דינסט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן (United States Secret Service); די וועכטערס פֿונעם פּרעזידענט. אין „אָלימפּוס איז געפֿאַלן‟ איז מײַק באַנינג אַ געוועזענער אַגענט פֿון דער געהיימער דינסט, וואָס שטרעבט ווידער אַלעמען צו ווײַזן זײַנע פֿעיִקײטן און זײַן פּאַטריאָטיזם, נאָך דעם וואָס ער איז פֿריִער געווען פֿאַרמישט אין אַ סקאַנדאַל אַרום דעם טויט פֿון דעם פּרעזידענטס פֿרוי. און אין „דאָס ׳ווײַסע הויז׳ איז געפֿאַלן‟ רעדט זיך וועגן איינעם, דזשאָן קייל, אַ מלחמה-וועטעראַן פֿון איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, וואָס וואָלט שטאַרק געוואָלט אַרבעטן אין דער געהיימער דינסט.

במשך פֿון ביידע פֿילמען לעבן די צוויי העלדן איבער כּלערליי אַוואַנטורעס, און אַזוי באַווײַזן זיי, אַז זיי זענען פֿעיִק און מסוגל צו נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע. און בײַם סוף באַקומען זיי טאַקע די געוווּנטשענע אַרבעט-שטעלעס אין דער געהיימער דינסט. אַזאַ מין סטרוקטור זעט מען אויכעט אין „רעאַליטי־פּראָגראַמען‟ אויף דער טעלעוויזיע: פֿון אַ גרופּע מענטשן וואָס ווילן, למשל, ווערן זינגער, אָדער אַרבעטן מיט דאָנאַלד טראַמפּ, און זענען גרייט זיך מבֿזה צו זײַן פֿאַר אָט דעם צוועק, וועט נאָר איינעראיינע באַקומען דאָס גרויסע געווינס — פֿאַרנעמען די אַרבעט-שטעלע.

ביידע פֿילמען ווײַזן דעם אַכזריותדיקן נעאָ-ליבעראַלן אַרבעט-מאַרק און די קאַפּיטאַליסטישע ווערטן ווי ערלעכע. ביידע פֿילמען, ווי די אַמעריקאַנער פּאָליטישע סיסטעם אַליין, פֿירן נאָר אַ וויכּוח צווישן זיך לגבי דעם אופֿן פֿון פֿאַרשפּרייטן אָט די דאָזיקע ווערטן איבער דער וועלט.



Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.