די חרדים און חוש פֿאַר הומאָר

Do Haredim Have a Sense of Humor?

Getty Images

פֿון עמיל קאַלין

Published July 17, 2013, issue of August 02, 2013.

אַנומלטן גייט אָן אויף די ווענט פֿון די חרדישע גאַסן אַ מעכטיקער קריג קעגן די חרד”קים — „חרדים שדעתם קלה‟ — לײַכטזיניקע חרדים. אינעם קאָפּ פֿון אַ דורכשניטלעכן העברעיִש־רעדער וועט גלײַך אויפֿשווימען נאָך אַ וואָרט, וואָס גראַמט זיך מיט חרד”קים — „חידקים‟ (מיקראָבן). אָט דאָס וואָרט חידקים־מיקראָבן אַנטפּלעקט דעם מיאוסן און געפֿערלעכן כאַראַקטער, וואָס דער קאַמף פֿון די חרדישע פֿאַנאַטישע קרײַזן קעגן די „לײַכטזיניקע‟ אין דער חרדישער מחנה האָט אָנגענומען.

ווער זשע זענען זיי, די דאָזיקע „לײַכטזיניקע חרדים־מיקראָבן‟, קעגן וועלכע עס ווערן אַרויסגעשאָסן די פֿאַרסמטע פֿײַלן? דער באַגריף „לײַכטזיניקע חרדים‟ כאַראַקטעריזירט די חרדים וואָס דינען אין צה”ל; די חרדים, וואָס האָבן אויסגעקליבן דאָס מיליטער־דינסט נאָך דעם, ווי עטלעכע רבנים האָבן דאָס בפֿירוש מתּיר געווען. די דערשײַנונג איז בפֿירוש נישט קיין נײַע און ביז הײַנט האָט דער חרדישער ציבור זיך געגעבן אַן עצה דערמיט. ער האָט זיי נישט אָפּגעשאַצט, נישט אַוועקגעגעבן דעם אויבנאָן, אָבער כאָטש טאָלערירט.

אָבער זינט עס איז אַרויסגעקומען פֿון דעם וועלטלעכן ציבור די פֿאָדערונג, אַז די חרדים מוזן „העלפֿן טראָגן דעם יאָך‟, און די פּאָליטיקער, פֿאַרשטייענדיק, אַז אויב זיי וועלן זיך צום עולם נישט צוהערן, קענען זיי, חלילה, פֿאַרלירן דאָס בענקל אונטער זיך, — האָט זיך צעלייגט אַ רוח-רעה איבער דער חרדישער עפֿנטלעכקייט. די קנאָים, די מער עקסטרעמע קרײַזן, האָבן אין גאַנצן איבערגענומען די לייצעס. אַזוינע ווערטער ווי „מיושבֿדיקייט‟, „פּשרה‟, „דיאַלאָג‟, „מעסיקייט‟, „טאָלעראַנץ‟ — זענען אַראָפּ פֿון מאַרק.

עס שײַנט, אַז עס גייט אָן אַ פֿאַרמעסט, ווער וועט וועמען איבערשטײַגן מיט זײַן ברוטאַליטעט, אָנפּשרהדיקייט און עקסטרעמיזם. די חרדישע געזעלשאַפֿט האָט גענומען ווײַזן איר מיאוסן, ברוטאַלן פּרצוף. „לײַכטזיניקייט‟ — קען זײַן אַ געפֿערלעכע באַשולדיקונג נאָר אין אַ שטרענגער געזעלשאַפֿט, וואָס פּרעדיקט אַ טאָטאַלע באַהערשונג איבער דעם יחיד, און וואָס פֿאַרלאַנגט צו פֿאַרשווײַגן יעדע קריטיק און „זײַטיקע מחשבֿות‟. געלעכטער, הומאָר און טאַקע לײַכטזיניקייט זענען די ערגסטע שׂונאים בײַ אַזוינע פֿאַרמאַכטע, טאָטאַלע געזעלשאַפֿטן, און טאַקע דעריבער לאָזט מען זיך אין אַ ביטערן קאַמף קעגן די „לײַכטזיניקע‟.

מילא, אויב די גיפֿט וואָלט געבליבן בלויז אין די פֿילפֿאַרביקע פּאַטשקערײַען, צעקלעפּט אויף די ווענט אין די חרדישע געגנטן, וואָלט מען געקענט, ווי נישט איז, מאַכן זיך נישט־וויסנדיק; אָבער יענע וואָך האָט די גיפֿט פֿון שׂנאת-חינם געפֿאָדערט דאָס וואָס געהערט צו איר: אַ קרבן, דאָס מאָל אַ צה”ל־זעלנער. זי איז אַראָפֿגעקראָכן פֿון די ווענט און זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין די אָדערן פֿונעם עולם, פֿאַרטעמפּט די מוחות און הערצער פֿון דער חרדישער יוגנט בכלל און אין מאה-שערים בפֿרט.

עס איז נישט קיין נאָווינע, וואָס די חרדישע סאָלדאַטן מוזן אויסשטיין אַלערליי בזיונות פֿון די אייגענע ברידער. אָבער יענע וואָך איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַל וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט אַפֿילו די חרדים אַליין: צענדליקער קנאָים זענען באַפֿאַלן אַ סאָלדאַט, וועלכער איז געקומען צו זײַן חרדישן קרובֿ, וואָס וווינט אין מאה-שערים.

דער סאָלדאַט האָט זיך באַהאַלטן פֿון די היציקע קעפּ אין אַ דערבײַיִקער געבײַדע און אַרויסגערופֿן די פּאָליציי. אַז די פּאָליציי-כּוחות זענען אָנגעקומען צו ראַטעווען דעם זעלנער, האָבן זיי די קנאָים באַגעגנט מיט אַ האָגל פֿון שטיינער. דאָס איז נאָך אַ דערמאָנונג, אַז די חרדים אין ישׂראל גייען אויף אַ געפֿערלעכן וועג. די עקסטרעמיסטן פֿירן זיי בײַ דער נאָז גלײַך אין בלאָטע אַרײַן, און די מערהייט לאָזט זיך פֿירן און פֿרעגט דערבײַ נישט קיין איבעריקע קשיות.

מיר דאַכט זיך, אַז די חרדים זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין דער זעלבער פּאַסטקע, אין וועלכער עס זענען אַרײַנגעפֿאַלן די פּאַלעסטינער. ביידע זענען געוואָרן קנעכט פֿון פֿרעמדע צילן, און איצט קענען זיי נישט אויפֿקניפּן דעם קנופּ פֿון „גאָר אָדער גאָרנישט‟.

די חרדים זענען געפֿאַנגען געוואָרן דורך די אייגענע טרוימען, פֿאַנטאַזיעס און וויזיעס וועגן אַ פּערפֿעקטער געזעלשאַפֿט פֿון כּלי-קודש, וווּ אַלע לערנען תּורה, אַלע זענען געוואַלדיקע תּלמידי-חכמים. די אומדערגרייכלעכע טרוימען פֿאַרבלענדן זיי, און זיי קענען שוין בשום-אופֿן נישט מאַכן שלום מיט דער ווירקלעכקייט. די אויסניכטערונג פֿון דעם שלאָף קומט זיי אָן זייער שווער.

די עקסטרעמע, מיליטאַנטישע קרײַזן האָבן שנעל דערשמעקט די פֿאַרלוירנקייט און גענומען פֿירן דעם ציבור אויף די וועגן וואָס געפֿעלן זיי. עס שטעלט זיך די פֿראַגע, וווּהין טאַקע פֿירן זיי דעם ציבור? וואָס קענען זיי אים פֿאָרשלאָגן? דערווײַל שלאָגן זיי פֿאָר נאָר ביטערע מחלוקתן, איזאָלירונג פֿון אַלץ און אַלעמען, פֿאַרשטיינערטן, אָנפּשרהדיקן פֿאַנאַטיזם, פּלאָגונג פֿון די קעגנער אין דער אייגענער מחנה.

אַ סך חרדים שיטן פּעך און שוועבל אויף דעם נײַעם שׂטן, יאיר לפּיד. זיי באַשולדיקן אים אין אַלע צרות און געבן זיך נישט אָפּ דערבײַ קיין חשבון, אַז זיי פֿאַרוואַנדלען זייער אייגענע געזעלשאַפֿט אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס ווערט וואָס אַ מאָל מער דערשטיקנדיק, שטרענג און ברוטאַל.

די חרדים האָבן ליב צו טראַכטן, אַז די דרויסנדיקע וועלט איז פֿול מיט געוואַלד און מאָרד, און נאָר בײַ זיי האָט די ברוטאַליטעט קיין דריסת-הרגל. אין דער אמתן, ווערט די חרדישע געזעלשאַפֿט זייער גיך אַ געזעלשאַפֿט, וווּ עס איז בפֿירוש נישט כּדאַי צו לעבן; וווּ עס צעהוליען זיך די פֿויסט-מענטשן; וווּ די יחידים, וואָס פֿאָלגן נישט נאָך דער עקסטרעמער ליניע, ריזיקירן געמישפּט און אַטאַקירט צו ווערן אויף דער גאַס דורכן צעהיצטן המון, ווי ס‘איז דער מינהג בײַ די אַראַבישע שכנים.

הײַנט אַטאַקירט מען די חרדישע זעלנער, מאָרגן וועט מען זיך נעמען צו די חרדים מיט „סמאַרטפֿוינס‟, מיט נישט גענוג לאַנגע בערד און פּיאות; צו פֿרויען מיט „אויפֿרייצנדיקע‟ שײטלען. וווּ וועלן זיי זיך אָפּשטעלן, וואָס וועט זיי דערזעטיקן?

עס איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס די עקסטרעמיסטן ווערן גערופֿן קנאָים און סיקריקים. די אָריגינעלע סיקריקים זענען געווען מערדערישע פֿאַנאַטיקער, וואָס פֿלעגן מאָרדן מיט אַ דערשטוינענדיקן אַכזריות זייערע קעגנער, ניצנדיק אַ „סיקאַ‟, אַ דינעם, שאַרפֿן מעסער, וואָס זיי פֿלעגן אַרײַנשטעקן אין דעם קרבנס קאַרק און דורכלעכערן זײַנע געהירן.

גראָד אין די נײַן טעג וואָלט געווען די בעסטע צײַט אָפּטרייסלען פֿון זיך די קנאָים, וואָס האָבן געפֿירט צו אַ חורבן מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק און זענען עלול צו דערפֿירן צו אַ נײַעם אומגליק.