אַלטפֿרענקישער געזעץ

Dusty Espionage Law Takes Center Stage

דניאל עלסבערג טרעט אויף בעת אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת ברעדלי מאַנינג, וועלכער האָט איבערגעגעבן געהיימע מיליטערישע מאַטעריאַלן צו דער וועבזײַט „וויקיליקס‟.
Getty Images
דניאל עלסבערג טרעט אויף בעת אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת ברעדלי מאַנינג, וועלכער האָט איבערגעגעבן געהיימע מיליטערישע מאַטעריאַלן צו דער וועבזײַט „וויקיליקס‟.

פֿון נייטאַן דזשעפֿי און נייטאַן גוטמאַן (Forward)

Published July 19, 2013, issue of August 16, 2013.

וואַשינגטאָן. — די אַמעריקאַנער רעגירונג פּרוּווט איצט אָנצוּווענדן אַן אַלטפֿרענקיש געזעץ וועגן שפּיאָנאַזש, וועלכער איז אָנגענומען געוואָרן אין דער תּקופֿה פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, קעגן אַ גאַנצער ריי פֿון ייִדישע פֿיגורן, אין שײַכות מיטן אַנומלטיקן סקאַנדאַל מיטן געהיימען אויפֿזיכט פֿון דער נאַציאָנאַלער זיכערהייט-אַגענטור.

דער אַלטער „שפּיאָנאַזש-אַקט‟ פֿונעם יאָר 1917 איז „אַרויסגעשוווּמען‟ אין די לעצטע יאָרן, ווי איינס פֿון די שווערע „אַרטילעריע-מיטלען‟ אינעם רעגירונג-„אַרסענאַל‟, אָנגעצילט קעגן עדוואַרד סנאָודען און אַנדערע מלוכישע באַאַמטע און זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן מפֿרסם געווען פֿאַרשיידענע ידיעות וועגן דער צווייפֿלהאַפֿטיקער טעטיקייט פֿון די אַמעריקאַנער זיכערהייט-אַגענטורן.

בײַם אָנהייב, האָט מען אײַנגעפֿירט דעם דערמאָנטן געזעץ, מיט 96 יאָר צוריק, כּדי צו באַשטראָפֿן די אויסלענדישע שפּיאָנען. שפּעטער איז עס אָבער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ „געווער‟ קעגן אַזעלכע מענטשן, ווי דניאל עלסבערג, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע וועגן די „פּענטאַגאָן-פּאַפּירן‟; הויך-ראַנגיקע באַאַמטע פֿונעם „אַמעריקאַנער קאָמיטעט פֿאַר ישׂראלדיקע עפֿנטלעכע ענינים‟; און אַ צאָל זשורנאַליסטן, וואָס די רעגירונג האָט זיי לעצטנס באַשולדיקט ווי „מיטקאָנספּיראַטאָרן‟ אינעם אויסזאָגן די מלוכישע סודות.

די שטיצער פֿונעם אַלטן „שפּיאָנאַזש-אַקט‟ האַלטן, אַז דער דאָזיקער געזעץ איז דאָס איינציקע לעגאַלע שטראָף-מיטל קעגן אַזעלכע מענטשן ווי ברעדלי מאַנינג, וועלכער האָט איבערגעגעבן געהיימע מיליטערישע מאַטעריאַלן צו דער וועבזײַט „וויקיליקס‟, אָדער סנאָודען — אַ מיטאַרבעטער פֿון „סי-אײַ-איי‟, וועלכער האָט מפֿרסם געווען די ידיעות וועגן דעם גרויס-מאַסשטאַביקן מלוכישן אויפֿזיכט איבער דער אינטערנעץ און טעלעפֿאָן-שמועסן.

די פֿאַרטיידיקער פֿון די בירגערלעכע רעכט וואָרענען אָבער, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט פֿאָרמעל באַשולדיקט מער מענטשן אין „שפּיאָנאַזש‟, ווי אַלע פֿריִערדיקע אַדמיניססטראַציעס צוזאַמען. דער געזעץ איז אויך אויסגענוצט געוואָרן קעגן די זשורנאַליסטן, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן ווי „מיטפֿאַרברעכער‟ אינעם פּירסום פֿון די אויסגעזאָגטע מלוכישע סודות.

מאָרטאָן האַלפּערין, אַן עלטסטער עצה-געבער בײַ די „פֿונדאַציעס פֿאַר פֿרײַער געזעלשאַפֿט‟, האָט באַטאָנט, אַז דאָס, וואָס די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע רעגירונג האָט אויסגענוצט דעם שפּיאָנאַזש-געזעץ אָפֿטער, ווי די רעפּובליקאַנער, איז פֿאַר אים נישט קיין חידוש. האַלפּערין האָט פֿריִער פֿאַרנומען הויכראַנגיקע פּאָזיציעס בײַ אַ צאָל פֿריִערדיקע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס; זײַן דינסט האָט געהאַט צו טאָן מיט אויסערן-באַציִונגען. ער האָט אויך געדינט ווי דער וואַשינגטאָנער דירעקטאָר בײַם „אַמעריקאַנער פֿאַראיין פֿאַר בירגערלעכע פֿרײַהייטן‟.

האַלפּערין האָט דערקלערט, אַז די רעפּובליקאַנער קאָנען באַשולדיקן די דעמאָקראַטן אינעם אויסזאָגן די געהיימע אינפֿאָרמאַציע, אָדער זיי קאָנען טענהן, אַז די דעמאָקראַטישע אַדמיניסטראַציע טוט צו ווייניק, כּדי אויסצומײַדן די אינפֿאָרמאַציע-אָפּפֿלוסן. כּדי צו פֿאַרטיידיקן זייער רעפּוטאַציע, שטרעבן די דעמאָקראַטן צו באַשטראָפֿן וואָס מער סודות-אויסזאָגער.

איינער פֿון די באַרימטסטע פֿאַלן, ווען דער „שפּיאָנאַזש-אַקט‟ איז אויסגענוצט געוואָרן אויף אַן ענלעכן אופֿן, איז פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מאַן מיטן נאָמען דניאל עלסבערג, וועלכער האָט איבערגעגעבן אַ 7,000־זײַטיקן באַריכט וועגן דער וויעטנאַמער מלחמה, באַקאַנט ווי די „פּענטאַגאָן-פּאַפּירן‟, צו די צײַטונגען „ניו־יאָרק טײַמס‟ און „וואַשינגטאָן פּאָסט‟. בעת דעם מישפּט-פּראָצעס, האָט דער ריכטער אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונגען, ווײַל די מלוכישע אינסטאַנצן האָבן אויסגענוצט אומגעזעצלעכע מיטלען קעגן עלסבערגן; צווישן אַנדערן, האָבן זיי אונטערגעהערט זײַנע טעלעפֿאָן-שמועסן. עלסבערג איז איצט געוואָרן איינער פֿון די אַקטיווסטע קעמפֿער קעגן די הײַנטיקע פּראָצעסן קעגן מאַנינג, סנאָודען און אַנדערע אויסזאָגער פֿון דער צווייפֿלהאַפֿטיקער מלוכישער טעטיקייט.

דער עקסטרעמסטער פֿאַל, ווען די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אויסגענוצט דעם „שפּיאָנאַזש-אַקט‟, איז געשען אינעם יאָר 2004. דעמאָלט האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט בוש באַשולדיקט אין „שפּיאָנאַזש‟ צוויי מענטשן פֿונעם ישׂראלדיקן לאָבי „אײַפּעק‟ — סטיוו ראָזען און קייט ווײַסמאַן.