אַ פֿאַשיסטיש זײַטל פֿאַרמאַכט

Facebook Removes Fascist Page

דאָס געוועזענע „פֿייסבוק‟-זײַטל פֿון „Kuruc‟.
Getty Images
דאָס געוועזענע „פֿייסבוק‟-זײַטל פֿון „Kuruc‟.

פֿון ייִט״אַ

Published July 19, 2013, issue of August 16, 2013.

דער „פֿייסבוק‟ האָט פֿאַרמאַכט דאָס אָפֿיציעלע זײַטל פֿון דער אונגערישער וועבזײַט „Kuruc.info‟, וווּ עס ווערן געדרוקט אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַטעריאַלן פֿון דער עקסטרעם-רעכטער נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי „יאָביק‟.

דאָס דערמאָנטע זײַטל האָט געזאַמלט 70,000 נאָכפֿאָלגער; נאָך אַ בקשה פֿון דער „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ און דער אונגערישער ייִדישער „פֿונדאַציע פֿון אַקציע און באַשיצונג‟, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט ענלעכע ענינים, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם „פֿייסבוק‟ פֿאַרמאַכט עס מיטוואָך, דעם 17טן יולי.

„יאָביק‟, די דריט-גרויסע פּאַרטיי אין אונגערן, איז באַקאַנט מיט אירע אַנטיסעמיטישע, אַנטי-ציגײַנערישע און אַנדערע רעאַקציאָנערע שטימונגען. דאָס האָט אָבער נישט אָפּגעשטעלט די ליבהאָבער פֿון „Kuruc‟; באַלד האָבן זיי געעפֿנט אַן אַנדער זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟ און אַריבערגעבראַכט אַהין, במשך פֿון בלויז עטלעכע שעה, כּמעט 6 טויזנט נאָכפֿאָלגער.

פֿונדעסטוועגן, האָט די „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ געלויבט דעם „פֿייסבוק‟. אַבֿרהם פֿאָקסמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט באַמערקט, אַז די וועבזײַט „Kuruc‟ איז פֿול מיט אַזעלכע מאַטעריאַלן, וואָס זענען פֿאַרבאָטן, לויט די אונגערישע געזעצן, אַרײַנגערעכנט חורבן-אָפּלייקענונג און רופֿן צו גוואַלדטאַטן קעגן ייִדן און ציגײַנער. די אונגערישע רעגירונג האָט שוין געפּרוּווט צו פֿאַרמאַכן די דאָזיקע וועבזײַט, וואָס דינט ווי אַן אומאָפֿיציעלער אינטערנעץ-פֿראָנט פֿון דער פּאַרטיי „יאָביק‟. צוליב דעם, וואָס זי איז געשאַפֿן געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ אַזעלכע מאַטעריאַלן זענען נישט פֿאַרווערט על-פּי געזעץ, בלײַבט זי אָבער דערווײַל אָפֿן.