וועט באַנקראָט באַווירקן די ייִדן?

How will Detroit Bankruptcy Affect Jews?

נײַע ייִדישע אײַנוווינער פֿון דעטרויט, אין דער קיך פֿונעם „משה־הויז‟
Courtesy of Moishe House
נײַע ייִדישע אײַנוווינער פֿון דעטרויט, אין דער קיך פֿונעם „משה־הויז‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 23, 2013, issue of August 16, 2013.

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק איז די שטאָט דעטרויט געוואָרן די גרעסטע שטאָט אין אַמעריקע צו באַנקראָטירן.

הגם מע האָט שוין יאָרן לאַנג געוווּסט וועגן דעם שרעקלעכן אופֿן ווי אַזוי די שטאָט־רעגירונג פֿירט די ביכער און וועגן איר פֿאַרשפּרייטער קאָרופּציע, האָט מען תּמיד צוגעזאָגט די שטאָט־אַרבעטער — די לערער, פּאָליציאַנטן, פֿײַערלעשער, מיסט־אַרבעטער — אַז זייערע פּענסיעס וועלן זײַן פֿאַרזיכערט. אָבער נאָך דעם ווי דער נויטפֿאַל־פֿאַרוואַלטער פֿון דעטרויט האָט איבערגעגעבן די שאָקירנדיקע נײַעס, אַז עס פֿעלט בײַם פּענסיע־פֿאָנד 3.5 ביליאָן דאָלאַר, האָבן אַלע שוין פֿאַרשטאַנען, אַז די אַלע צוזאָגן זענען געווען נישט מער ווי אַן אויסגעבלאָזן איי.

דערצו זענען די שטאָט־באַדינונגען דאָרט אויך שווער און ביטער. ווען איינער אין דעטרויט קלינגט, למשל, אויפֿן נויטפֿאַל־טעלעפֿאָן 911, דויערט דורכשניטלעך מער ווי 50 מינוט, ביז עס קומט אָן די פּאָליציי (אין פֿאַרגלײַך מיט ניו־יאָרק, למשל, וווּ עס דויערט 8.4 מינוט).

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס טוט זיך מיט דער ייִדישער קהילה אין דעטרויט? די ייִדישע געשיכטע פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם „צענטער פֿון דער אויטאָ־אינדוסטריע‟, איז דאָך אַ לאַנגע, אָנהייבנדיק פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. אין 1968 האָבן דאָרט פֿונקציאָנירט נישט ווייניקער ווי 34 סינאַגאָגעס.

הגם ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג האָט זיך במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 40 יאָר אַריבערגעצויגן אין די פֿאָרשטעט, ווי פֿאַרמינגטאָן־הילס און וועסט־בלומפֿילד (צום גרויסן טייל, צוליב דער כּסדר־שטײַגנדיקער צאָל פֿאַרברעכנס אין דעטרויט), האָט די שטאָט לעצטנס אויפֿגעלעבט, אַ דאַנק דעם צופֿלוס פֿונעם ייִנגערן דור.

„במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דעטרויט צוגעצויגן אַ וואַקסנדיקע צאָל אַקטיוויסטן אין די צוואַנציקער, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון זיי זענען ייִדן,‟ האָט דערקלערט ראָבערט כּהן, דער הויפּט פֿונעם Jewish Community Relations Council of Metropolitan Detroit. די אָרגאַניזאַציע CommunityNEXT, געגרינדעט פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע, העלפֿט די יוגנט, דורך דעם אָרגאַניזירן געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אַקטיוויטעטן און אויך דורך פּראַקטישער שטיצע ווי, למשל, לאָזן זיי וויסן, וווּ מע קען באַקומען אַ ביוראָ פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אָדער אַ ביליקע דירה.

דער בירגער־מײַסטער פֿון דעטרויט, דייוו בינג, באַזוכט דאָס „משה־הויז‟
Courtesy of Moishe House
דער בירגער־מײַסטער פֿון דעטרויט, דייוו בינג, באַזוכט דאָס „משה־הויז‟

דערצו געפֿינען זיך אין דעטרויט הײַנט צוויי „משה־הײַזער‟. די „משה־הײַזער‟ זענען אַ נעץ פֿון 57 הײַזער איבער דער וועלט, וווּ זייערע יונגע אײַנוווינער אָרגאַניזירן שבתדיקע און יום־טובֿדיקע מאָלצײַטן און אַנדערע ייִדישע קולטור־פֿײַערונגען, כּדי צו שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט.

דזשאָרדאַן פֿרוכטמאַן, דער הויפּט פֿון די פּראָגראַמען פֿון די „משה־הײַזער‟, זאָגט, אַז די צוויי הײַזער אין דעטרויט האָבן במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר געהאַט אַ גרויסע הצלחה. אַ באַרבעקיו וואָס זיי האָבן אָרגאַניזירט האָט צוגעצויגן 350 מענטשן. איינס פֿון די הײַזער האָט אַ ספּעציעלן ציל: נישט בלויז צונויפֿברענגען יונגע ייִדן, אָבער אויך צו מוטיקן זיי צו פֿאַרבעסערן די דעטרויט־געזעלשאַפֿט בכלל — למשל, דורך אַ דערציִונג־פּראָגראַם פֿאַר עלעמענטאַר־שולקינדער פֿון אָרעמע משפּחות. „דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָבן מיר אַרײַנגעבראַכט 3־4 יונגע לײַט, אָבער דעם קומענדיקן האַרבסט — וועלן צוקומען 10 נײַע,‟ האָט פֿרוכטמאַן געזאָגט.

אַ צווייטער סימן פֿון האָפֿענונג אין דער ייִדישער דעטרויט איז דער ווידער־אויפֿלעב פֿון דער איינציקער שיל אין צענטער שטאָט, Downtown Synagogue. ביז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די שיל זיך געהאַלטן בײַם שליסן, אָבער זינט עס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן מער ייִדן, איז די קאָנסערוואַטיווע שיל ווידער אַקטיוו געוואָרן. „זייער אָפֿט געפֿינט מען דאָרט אַ מנין צו מינחה, אַ דאַנק די געשעפֿטסלײַט, וואָס דאַרפֿן זאָגן קדיש,‟ האָט באַמערקט ראַבינער דזשייסאָן מילער, דער דירעקטאָר פֿון אַן אָרטיקער השגחה־אַגענטור, Kosher Michigan.

הגם מילער וווינט אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון דעטרויט, איז ער זייער שטאָלץ פֿון זײַנע דעטרויטער וואָרצלען. „ביידע מײַנע עלטערן זענען געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דעטרויט, און כאָטש מיר וווינען הײַנט מחוץ דער שטאָט, פֿאָרן מיר אָפֿט אַהין צו די ספּאָרט־מאַטשן, צו גיין אין טעאַטער און מאַכן געשעפֿטן. וווּ איך זאָל נישט פֿאָרן איבער דער וועלט, זאָג איך שטאָלץ: ׳איך בין אַ דעטרויטער!׳‟

מילער האַלט, אַז דער באַנקראָט וועט נישט שטיין אין וועג פֿונעם קאָמערציעלן וווּקס פֿון דער שטאָט. „וווּהין מע דרייט זיך, קומען צו נײַע געשעפֿטן, און מע בויט בנינים. אַפֿילו פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בלויז עטלעכע שעה נאָך דעם ווי די שטאָט האָט אַנאָנסירט, אַז זי באַנקראָטירט, זענען מײַן פֿרוי און איך געפֿאָרן אויף אַ קאָנצערט פֿון Bon Jovi, און דער זאַל איז געווען געפּאַקט,‟ האָט ער געזאָגט. דער זאַל, „פֿאָרד־פֿילד‟, נעמט אַרײַן 62,000 מענטשן.

ייִדישע וואָלונטירן אינעם „גלינערס שפּײַזבאַנק‟ פֿאַר אָרעמע לײַט, אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער דעטרויטער ייִדישער פֿעדעראַציע. דאָס ייִנגל איז ראַבינער מילערס זון, דזשאָשוע.
ייִדישע וואָלונטירן אינעם „גלינערס שפּײַזבאַנק‟ פֿאַר אָרעמע לײַט, אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער דעטרויטער ייִדישער פֿעדעראַציע. דאָס ייִנגל איז ראַבינער מילערס זון, דזשאָשוע.

דער ייִדישער ביליאָנער, דאַן גילבערט, גרינדער פֿון Quicken Loans, האַלט אין איין קויפֿן געשעפֿט־בנינים אין צענטער דעטרויט, און דינגט זיי אויס צו געשעפֿטן. דערצו טיילט ער אויס סטיפּענדיעס פֿאַר זײַנע יונגע אַרבעטער, כּדי צו העלפֿן זיי דעקן די הוצאָות פֿון דינגען אָדער קויפֿן אַ דירה אין דעטרויט, און אַזוי, צו־ביסלעך, פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון דער שטאָט.

ליור ברק, אַן אַדוואָקאַט און דער פּרעזידענט פֿון דער Downtown Synagogue, האָט מיט פֿיר יאָר צוריק אַליין געקויפֿט אַ „דופּלעקס‟ (אַ דירה מיט צוויי גאָרנס) אין דעטרויט. הגם ער איז אויך זייער איבערגעגעבן דער שטאָט, איז ער נישט אַזוי זיכער, וואָס די צוקונפֿט וועט ברענגען.

„די מענטשן וואָס וועלן צום מערסטנס לײַדן פֿונעם באַנקראָט זענען, אַוודאי, די שטאָט־אַרבעטער, וואָס האָבן געהאַט פּענסיעס דורך דער שטאָט,‟ האָט ברק געזאָגט. „און ס׳איז אויך מעגלעך, אַז דעטרויט וועט מוזן פֿאַרקויפֿן אַ טייל פֿון אירע אַקטיוון, ווי, למשל, דער זאָאָלאָגישער גאָרטן אָדער די קונסטווערק פֿונעם Detroit Institute of the Arts.

„פֿון דעסטוועגן, וואַקסט ווײַטער די באַפֿעלקערונג פֿון ייִדן אין צענטער שטאָט, און ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אונטער 30 יאָר,‟ האָט ברק געזאָגט. „זיי באַמיִען זיך צו העכערן דעם סאָציאָ־עקאָנאָמישן ניוואָ פֿון דער געזעלשאַפֿט, און צו שאַפֿן אַ בעסערן סבֿיבֿה־מצבֿ. ערשט לעצטנס האָט מען געשאַפֿן דאָ אַ שטאָטפֿאַרם, און אַ סך פֿון אונדז פֿאָרן איבער דער שטאָט מיט וועלאָסיפּעדן אַנשטאָט אויטאָס.‟

ישׂראל פּינסאָן, אַ 36־יאָריקער חב״דניק און טאַטע פֿון פֿינף קינדער, איז אויך אָפּטימיסטיש: „מיר האָבן אַ וועגאַנישן פֿאַלאַפֿעל־קיאָסק, וואָס איז זייער פּאָפּולער, און ווען מיר האָבן חנוכּה געצונדן אונדזער גרויסע מנורה אין צענטער שטאָט, זענען געקומען טויזנטער מענטשן,‟ האָט ער געזאָגט.

דערצו האָבן די געשעפֿטסלײַט לעצטנס מסכּים געווען צו בויען נײַע רעלסן פֿאַר אַ טראַמווײַ, און אַ שטודיע, דורכגעפֿירט פֿון דער „האָדסאָן וועבער פֿונדאַציע‟, האָט איבערגעגעבן, אַז די אײַנוווינער פֿון צענטער דעטרויט זענען מער געבילדעט און פֿאַרמעגלעך ווי די אײַנוווינער פֿון דער רעשט פֿון דער שטאָט.

„אין דעטרויט גלייבן מיר, אַז אויב מע לייגט אַרײַן אַרבעט, וועט מען האָבן פֿרוכטן פֿון דער אַרבעט,‟ האָט פּינסאָן געזאָגט. דערווײַל האָט ער שוין אָנגעהויבן זוכן אַ הויז אין דעטרויט, און אויב ער געפֿינט, וועט עס אפֿשר אויך דינען ווי אַ חב״ד־אָרט פֿאַר הכנסת־אורחים.



Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.