רשימה פֿון פֿרומע באַלעסטיקער בנימצא

List of Orthodox Sex Offenders Released

דער ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנז
Shulamit Seidler-Feller
דער ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, טשאַרלס הײַנז

פֿון ייִט״אַ

Published July 24, 2013, issue of August 16, 2013.

דער ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר טשאַרלס הײַנז האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון 46 מענטשן, וועלכע זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן באַלעסטיקט קינדער אין די חרדישע קרײַזן.

הײַנז פֿירט שוין פֿיר יאָר לאַנג אַן אויספֿאָרשונג פֿון די סעקסועלע אַטאַקן אויף חסידישע און אַנדערע חרדישע קינדער, אָבער ביז איצט האָט ער נישט געוואָלט אַנטפּלעקן די נעמען פֿון די, וועלכע זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן. קוואַלן גיבן איבער, אַז הײַנזס ביוראָ האָט זיך צוריקגעהאַלטן פֿון פֿאַרעפֿנטלעכן די נעמען, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט אַנטאַגאָניזירן די חרדישע וויילער.

אָבער לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟, האָט הײַנז לעצטנס באַשלאָסן צו ענדערן זײַן שטעלונג. „מיר האַלטן איצט, אַז ס׳איז אַ מעלה, די קהילה זאָל וויסן, ווער ס׳איז פֿאַרמישפּט געוואָרן,‟ האָט דערקלערט הײַנזס וואָרטזאָגער, דזשערי שמעטערער.

דעם פּראָקוראָרס ביוראָ האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט איבערצוגעבן די נעמען פֿון די פֿאַרדעכטיקטע באַלעסטיקער, וועלכע זענען נאָך נישט פֿאַרמישפּט געוואָרן.

דער ביוראָ פֿונעם הויפּט־פּראָקוראָר מוטיקט איצט די מענטשן, וועלכע זענען סעקסועל באַעוולט געוואָרן, אָדער וואָס זייערע קינדער זענען באַלעסטיקט געוואָרן, אָנצוקלינגען אין דער אַנאָנימער הילף־ליניע, „קול צדק‟, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן, כּדי אויסצוזוכן די סעקסועלע פֿאַרברעכער אין די חרדישע קרײַזן.

לויט דער אינפֿאָרמאָציע וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן, האָט הײַנזס ביוראָ דערווײַל אויסגעפֿאָרשט 118 פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן, ווי אַ רעזולטאַט פֿון „קול צדק‟. 45 פֿון די באַשולדיקטע זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן, און 25 פֿון זיי זיצן שוין אין תּפֿיסה.

אַלע זענען געווען מאַנסבילן, אַחוץ איין פֿרוי, וואָס האָט באַקומען אַ תּפֿיסה־טערמין פֿון אַ ביסל מער ווי דרײַ יאָר, פֿאַר האָבן סעקסועל באַלעסטיקט איר זון.