דער פֿאַרס אין „שערעמעטיעוואָ‟

Farce in Sheremetyevo Airport

עדוואַרד סנאָודען מיט סאַראַ האַריסאָן פֿון „וויקליקס‟ (לינקס) אויף אַ זיצונג מיט מענטשן־רעכט־שטיצערס אינעם אַעראָפּאָרט „שערעמעטיעוואָ‟, מאָסקווע
Human Rights Watch
עדוואַרד סנאָודען מיט סאַראַ האַריסאָן פֿון „וויקליקס‟ (לינקס) אויף אַ זיצונג מיט מענטשן־רעכט־שטיצערס אינעם אַעראָפּאָרט „שערעמעטיעוואָ‟, מאָסקווע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 26, 2013, issue of August 16, 2013.

שוין אַריבער אַ חודש געדויערט דער פֿאַרס, וואָס שפּילט זיך אָפּ אין דעם מאָסקווער אַעראָפּאָרט „שערעמעטיעוואָ‟. אָנגעהויבן האָט ער זיך דעם 23סטן יוני, ווען עדוואַרד סנאָודען איז געקומען אַהין פֿון האָנקאָנג, און איז פֿאַרבליבן שטעקן אין דער טראַנזיט-זאָנע, ווײַל צו יענער צײַט איז זײַן אַמעריקאַנער פּאַס שוין געווען צו ווייך פּאַפּיר גלײַך — אַזוי האָט מען באַשלאָסן אין וואַשינגטאָן. אין תּוך אַרײַן, האָט סנאָודען כּשר פֿאַרדינט אַזאַ גזירה קעגן אים, ווײַל דאָס, וואָס ער האָט אָפּגעטאָן, איז שווער צו קוואַליפֿיצירן אַנדערש ווי פֿאַרראַט. דערצו שנײַדט ער זיך ניט אויף קיין גרויסן חכם. צוליב וואָס האָט ער געדאַרפֿט אַנטפּלעקן זײַן נאָמען און פּלענער דווקא אין האָנקאָנג; ער וואָלט עס געקאָנט טאָן, למשל, ערגעץ אין לאַטײַן-אַמעריקע אָדער אין ווײַסרוסלאַנד, וואָס וואָלט אים געגעבן אַ דאַך איבערן קאָפּ און זיכער ניט אַרויסגעגעבן אין די אַמעריקאַנער הענט?

הקיצור, קיין באַזונדערע סימפּאַטיע רופֿט ער בײַ מיר ניט אַרויס. אַ פֿאַררעטער בלײַבט אַ פֿאַררעטער, אַפֿילו אויב ער פּוצט זיך אין בגדים פֿון אַ פּאַרשוין, וואָס וויל פֿאַרטיידיקן די וועלט פֿון אַמעריקאַנער און אַנדערע „פֿינצטערע‟ אָפּעראַציעס. אַ סבֿרא, אַז ער האָט קיין מאָל ניט געקוקט קיין פֿילמען, וועלכע האַלטן אין איין ווײַזן, ווי „ניט שיין‟ עס פֿירן זיך אויף די געהיימע אַגענטן און זייערע באַלעבאַטים. אָדער, גאָר פֿאַרקערט, ער האָט זיך צו פֿיל אָנגעקוקט מיט אַזאַ קינאָ-טאַנדעט.

פֿון מאָסקווע טענהט מען, אַז סנאָודען וועט אָט-אָט באַקומען די מעגלעכקייט צו פֿאַרלאָזן דעם אַעראָפּאָרט און זיך באַזעצן, לכל-הפּחות צײַטווײַליק, אין רוסלאַנד. די פֿראַגע איז: פֿאַר וואָס האָט ער באַשלאָסן, אָדער עמעצער האָט עס באַשלאָסן פֿאַר אים, אַז רוסלאַנד וועט זײַן אַ בעסער אָרט, איידער לאַטײַן-אַמעריקע?

אפֿשר, ווײַל אין רוסלאַנד וועט אים זײַן רויִקער. פֿון דאָרטן וועט מען אים זיכער ניט אַרויסגנבֿענען, בעת אַלץ איז מעגלעך אין דרום-אַמעריקע. און אפֿשר לוינט דעם רוסישן צד צו האָבן בײַ זיך אַזאַ תּכשיט. פֿאָרט האָט ער אָפּגעאַרבעט אַ יאָרצענדליק אין אינסטיטוציעס מיט אַ צוטריט צו סענסיטיווער אינפֿאָרמאַציע. אַזעלכע מענטשן וואַלגערן זיך ניט אויף דער גאַס.

דערווײַל האָט דער גאַנצער „שערעמעטיעוואָ‟-פֿאַרס צוגעגעבן סם אין די אַזוי אויך ניט באַזונדערס גוטע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איינער אַ מומחה אין די דאָזיקע באַציִונגען האָט זיי באַשריבן ווי „אַ קאַלטער שלום‟. דאָס פֿילט זיך אויך אין דעם אימאַזש פֿון פּראָסטע רוסן און אַמעריקאַנער. נאָר אַ ביסל מער פֿון אַ העלפֿט רוסישע רעספּאָנדענטן זאָגן, אַז זיי קוקן פּאָזיטיוו אויף די פֿאַראייניקטע שטאַטן, בעת דער חלק פֿון די אַמעריקאַנער, וואָס האָבן אַ פּאָזיטיוון אימאַזש פֿון רוסלאַנד, איז נאָך קלענער — אַרום 44 פּראָצענט.

אין דער אמתן, חידושט עס מיך, וואָס עס האָבן זיך אָנגעקליבן אַזש 44 פּראָצענט, ווײַל די אינפֿאָרמאַציע, וואָס איך זע אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען און אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע, האָט צו טאָן כּמעט אויסשליסלעך מיט נעגאַטיווע דערשײַנונגען אין רוסישן לעבן. אמת, די צאָל מענטשן מיט אַמעריקאַנער פּעסער, וועלכע באַזוכן רוסלאַנד, גרייכט ביז אַ פֿערטל מיליאָן אַ יאָר. אפֿשר געפֿעלט זיי מאָסקווע, פּעטערבורג און אַנדערע ערטער און זיי ברענגען פֿון דאָרטן שיינע מתּנות און מעשׂיות פֿאַר זייער קרובֿים און פֿרײַנד.

ס’איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער קוקן אויף דעם טאַראַראַם אַרום סנאָודענען, אָבער די אַמעריקאַנער רעגירונג רעאַגירט אויף דעם זייער ערנסט און ביטער. מע רעדט איצט אַ סך וועגן דעם, צי באַראַק אָבאַמאַ וועט אין דעם דאָזיקן קלימאַט זיך קענען אַרײַנכאַפּן קיין מאָסקווע אָנהייב סעפּטעמבער, ווי דאָס איז פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן פֿריִער. וועגן דעם קומענדיקן וויזיט איז אָפֿיציעל געמאָלדן געוואָרן דעם 17טן יוני. אָבער מיט אַ וואָך שפּעטער האָט זיך קיין „שערעמעטיעוואָ‟ אַרײַנגעשטעלט דער אומגעבעטענער גאַסט — עדוואַרד סנאָודען, און דאָס האָט אַ קערעווע געטאָן דעם רוסיש-אַמעריקאַנער דיאַלאָג אין אַן אַנדער ריכטונג. און טאָמער רוסלאַנד וועט טאַקע געבן סנאָודענען אַ מקום-מיקלט, וועט דער קער ווערן נאָר שאַרפֿער.

צוליב וואָס דאַרף רוסלאַנד זיך עסקן מיט אָט דעם ענין? ס’איז דאָך קלאָר, אַז רוסלאַנד און אַמעריקע האָבן אַ היפּש ביסל טעמעס, וואָס מע מוז אַרומרעדן — סיריע, אַפֿגאַניסטאַן, וכ’ — און צו טאָן עס דווקא אויף דעם העכערן, פּרעזינדענטישן ניוואָ. צי ניט גרינגער וואָלט געווען אָפּצושיקן סנאָודענען ערגעץ אין אַן אַנדער לאַנד, קיין ווענעזועלע, למשל? צי מע וויל אים ניט אָפּלאָזן, ווײַל ער קען דערציילן עפּעס ניט שיינס וועגן דעם רוסישן צד? קיין קלאָרער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע איז ניטאָ, ווײַל אין רוסלאַנד ווערן פּאָליטישע באַשלוסן אויסגעאַרבעט שטילערהייט, דורך פּוטינען און זײַנע מקורבֿים.