פֿאַרוווּנדיקטער רבֿ געבראַכט קיין ישׂראל

Wounded Dagestan Rabbi Flown to Israel

הרבֿ עובֿדיה אייסעקאָף
Courtesy of Chabad Internet Site - shturem.net
הרבֿ עובֿדיה אייסעקאָף

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 25, 2013, issue of August 16, 2013.

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך דערוווּסט, אַז הרבֿ עובֿדיה אייסעקאָף, דער חב״ד־שליח, וועלכער איז ערנסט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין דער דרום־רוסישער פּראָווינץ דאַגעסטאַן, איז דאָנערשטיק געבראַכט געוואָרן קיין ישׂראל פֿאַר מעדיצינישער באַהאַנדלונג, האָט איבערגעגעבן דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסישן מיליטער, אהרון גורעוויטש.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע דאָקטוירים איז אָנגעקומען אין דאַגעסטאַן מיט אַ ספּעציעלן מעדיצינישן עראָפּלאַן דאָנערשטיק פֿאַרנאַכט, און תּיכּף איבערגעפֿירט אייסעקאָפֿן, וועלכער האָט אַ ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, צוריק קיין ישׂראל. דער טראַנספּאָרט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד, בערל לאַזער, וועלכער געפֿינט זיך איצט אין ניו־יאָרק.

לויטן פּאָליציי־באַריכט, האָט אַ קויל דורכגעשניטן אייסעקאָפֿס רעכטע לונג און לעבער, בעת ער איז אַרויסגעגאַנגען פֿון זײַן אויטאָ. ס׳איז נישט באַקאַנט, ווער ס׳האָט געשאָסן אין אייסעקאָף, ווײַל דער שיסער איז תּיכּף אַנטלאָפֿן. די פּאָליציי איז חושד, אַז דאָס איז געווען אַן אַנטיסעמיטישער אַקט, אָבער זיי פֿאָרשן אויך אויס אַנדערע מעגלעכקייטן.

די רוסישע אינסטאַנצן האָבן זיך פֿאַרבונדן מיט אייסעקאָפֿס פֿרוי און קינדער, און זיי איבערגעגעבן די פּרטים פֿון דער אויספֿאָרשונג.

אייסעקאָף האָט ביז איצט געדינט ווי אַ חב״ד־שליח אין דער שטאָט דערבענט.

ראַמאַזאַן אַבדולאַטיפּאָוו, דער צײַטווײַליקער פּרעזידענט פֿון דאַגעסטאַן, האָט עפֿנטלעך באַשולדיקט אינעם אַטאַק „די עקסטרעמיסטן און טעראָריסטן, וועלכע ווילן נישט, אַז אַלע זאָלן דאָ פֿירן אַ צופֿרידן, נאָרמאַל לעבן. בלויז די עם־הארצים, די שׂונאים פֿון דאַגעסטאַן, קאָנען טאָן אַזאַ זאַך. דאַגעסטאַן איז שטאַרק אויפֿגעבראַכט וועגן דעם.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.