די וויסנשאַפֿט פֿון וווּלגאַרקייט

The Science of Vulgarity

דער „שטייענדיקער קאָמיקער” לעני ברוס ווערט אַרעסטירט פֿאַר ניבול־פּה
דער „שטייענדיקער קאָמיקער” לעני ברוס ווערט אַרעסטירט פֿאַר ניבול־פּה

פֿון לייזער בורקאָ

Published July 28, 2013, issue of August 16, 2013.

יעדער וואָס האָט אַ מאָל מיט אַ האַמער זיך געגעבן אַ קלאַפּ איבערן גראָבן פֿינגער; אָדער וואָס האָט פֿאַרקלעמט זיך די האַנט בײַם פֿאַרמאַכן די טיר, האָט דערבײַ מסתּמא געגעבן אַ געשריי פֿון ווייטיק. געוויינטלעך, איז דאָס ניט סתּם אַ געשריי, נאָר אַן אויסרוף, אַ גראָב, וווּלגאַר וואָרט אָדער אויסדרוק, וואָס בײַ לײַטן טאָר מען אַזוינס ניט אַרויסברענגען אויף די ליפּן. אַ סך מענטשן האַלטן דאָס פֿאַר אַן עבֿירה, אָבער די מאָדערנע פּסיכאָלאָגיע ווייסט, אַז אויסשרײַען גראָבע ווערטער העלפֿט טאַקע צו פֿאַרלײַכטערן דעם ווייטיק. דר. ריטשאַרד סטיווענס, וואָס האָט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין בײַם קילער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, זאָגט בפֿירוש: „איך וואָלט געעצהט די מענטשן, וואָס האָבן זיך וויי געטאָן, צו שעלטן”.

גראָבע ווערטער האָבן אויך אַנדערע מעלות. דער עיקר, פֿאַרבײַטן זיי אָפֿט פֿיזישע געוואַלט־מעשׂים אין קאָנפֿליקטן צווישן מענטשן אָדער גרופּעס: בעסער איז זיך צעווערטלען, איידער זיך צעהרגענען. אפֿשר דערפֿאַר זײַנען גראָבע ווערטער אַזוי פֿאַרשפּרייט אין אַלע שפּראַכן פֿון דער וועלט — אָן זיי איז טאַקע געפֿערלעך צו לעבן.

וווּלגאַריזמען טראָגן אויך אין זיך אַן עמאָציאָנעלן כּוח, וואָס איז ניטאָ אין דער נאָרמאַטיווער לעקסיק; זיי ברענגען אַ ספּעציפֿישע נוץ און האָבן אַ ספּעציעלע פֿונקציע. מיט איידעלע ווערטער קען מען פּשוט ניט איבערגעבן דעם באַטײַט און דאָס געפֿיל פֿון „גיי אין דר’ערד!‟ אָדער „ווער געהרגעט!‟

צוליב דער סאָציאַלער מערכה פֿון ייִדיש אין אַמעריקע האָבן אונדזערע אַמאָליקע ייִדישיסטן געוואָלט אויסמײַדן די טעמע פֿון גראָבע ווערטער — מסתּמא, גיבן די וווּלגאַריזמען גאָרניט צו צום פּרעסטיזש פֿון דער שפּראַך. אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, למשל, זײַנען זיי אין גאַנצן ניטאָ. אַזוי האָבן זיי געוואָלט באַקעמפֿן דאָס פֿאַרשפּרייטע אײַנרעדעניש, אַז ייִדיש איז אַ וווּלגאַרע שפּראַך פֿון ביליקן הומאָר. ס׳איז טאַקע ניט קיין צופֿאַל, וואָס ענגליש האָט גענומען פֿון פֿראַנצייזיש אַ סך ווערטער פֿאַר שיינע, מאָדישע זאַכן, אָבער פֿון ייִדיש — אַ סך וווּלגאַריזמען. אין דעם דריקט זיך אויס דער היפּוכדיקער סאָציאַלער פּרעסטיזש פֿון ביידע שפּראַכן אין אַמעריקע.

פֿון דעסטוועגן, זײַנען די וווּלגאַריזמען אַ וויכטיקע טעמע פֿאַרן הײַנטיקן ייִדיש־לייענער, און פֿאַרן ייִדיש־לערער בפֿרט. די סטודענטן קענען שוין פֿון פֿריִער עטלעכע פֿון די ווערטער — פֿון ענגליש, און ס’איז פֿאַר זיי טשיקאַווע צו הערן, וואָס די ווערטער מיינען אין תּוך, ווײַל געוויינטלעך, ווייסן זיי עס ניט. די ווערטער זײַנען אַ סך מער וווּלגאַר אויף ייִדיש ווי אויף ענגליש, און דערפֿאַר הערט מען זיי זייער זעלטן פֿון ייִדיש־רעדערס.

פֿון חסידים און פֿון ייִדישיסטן הערט מען זיי כּמעט קיין מאָל ניט, און מע הייבט שוין אָן צו פֿאַרגעסן, ווי אַזוי זיך צו באַניצן מיט זיי. ווײַל שעלטן אויף אַ שפּראַך דאַרף מען אויך קענען. ווען איך גיב זיך אַ קלאַפּ מיטן האַמער (אָדער מיט דער טיר וכ’), ווייס איך נאָך אַלץ ניט, וואָס צו שרײַען אויף ייִדיש. (“רבונו של עולם” האָט ניט דעם זעלבן טעם.) און אַז איך צעווערטל זיך מיט אַ צווייטן, האָב איך שטענדיק מורא, כ’זאָל ניט אַרײַנפֿאַלן אין ענגליש. אַ וויכטיקער טייל פֿון מאַמע־לשון שטייט אין סכּנה פֿון אונטערגיין.

די פֿאָרשונג פֿון ענגלישע וווּלגאַריזמען איז אַ סך מער אַוואַנסירט, ווי פֿון ייִדישע. דער דורכשניטלעכער ענגליש־רעדער, האָבן פֿאָרשער אַנטדעקט, זאָגט אַן ערך 80־90 גראָבע ווערטער יעדן טאָג — ווייניקער ווי 1% פֿון די אַלע ווערטער, וואָס ער זאָגט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ניט אַלע ניצן די זעלבע צאָל וווּלגאַריזמען: די אָרעמע־לײַט ניצן זיי מער ווי די גבֿירים; די מענער ניצן מער ווי די פֿרויען. געוויסע גרופּעס זײַנען מער באַהאַוונט אינעם שעלטן: סאָלדאַטן, פּאָליציאַנטן, אַרעסטאַנטן, אויך מיטלשול־ און קאָלעדזש־סטודענטן. בײַ געוויסע גרופּעס קען איבער 3% פֿון זייערע רייד באַשטיין פֿון וווּלגאַריזמען. בכלל זײַנען אַגרעסיווע און דאָמינאַנטע מענטשן („טיפּ A‟־פּערזענלעכקייטן) מער נוטה צו גראָבקייט, בשעת די פֿרומע און די סעקסועל־רעפּרעסיווע מענטשן מײַדן זיי אויס. די סטאַטיסטיק פֿון וווּלגאַריזמען אין ייִדיש האָט מען נאָך ניט אויסגעפֿאָרשט, אָבער מע מעג זיך משער זײַן, אַז בײַ די פֿרומע ייִדן און בײַ די ייִדישיסטן, וואָס אַזוי פֿיל פֿון זיי זײַנען שטילע אַקאַדעמיקער, וועט דער פּראָצענט זײַן נידעריקער, ווי דער ענגלישער דורכשניט — ווייניקער ווי 1%. דער רײַכער באָדן, אויף וועלכן דער דאָזיקער מיסט וואַקסט — די ייִדישע אָרעמשאַפֿט, די בעל־מלאָכות, די בעטלער, די אונטערוועלט, די זונות — דאָס איז אַלץ אונטערגעגאַנגען.

פֿון וואַנען קומט דער עמאָציאָנעלער כּוח פֿון די גראָבע ווערטער, וואָס מע פֿילט אים אַזוי אינסטינקטיוו, אַפֿילו ניט טראַכטנדיק? פֿון דעם וואָס אונדזערע עלטערן און אונדזער סבֿיבֿה האָבן אונדז קינדווײַז באַשטראָפֿט פֿאַר אַרויסרעדן זיי. דער ווייטיק פֿון די דאָזיקע שטראָפֿן האָט זיך אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון אַזוי שטאַרק, אַז מיר רעאַגירן אויף די ווערטער אויטאָמאַטיש. דערפֿאַר האָבן גראָבע ווערטער אין אַ פֿרעמדער שפּראַך קיין מאָל ניט דעם זעלבן טעם און עס קומט אויס זייער שווער זיי אויסצולערנען ניצן ווי געהעריק. אַ פֿרעמדן דערקענט מען צום גרינגסטן, ווען ער מאַכט טעותן בײַם שעלטן.

פֿאַר וואָס האַלט מען געוויסע ווערטער פֿאַר גראָב און די אַנדערע — פֿאַר איידל, איז ניט שטענדיק קלאָר. אָפֿט האָבן זיי צו טאָן מיט פּראָבלעמאַטישע טעמעס, וואָס מאַכן אומבאַקוועם: סעקס, טויט, קראַנקייטן, אויסשיידונגען פֿונעם גוף אאַז”וו. אין דער אמתן איז די צאָל גראָבע ווערטער ניט אַזאַ גרויסע, נאָר מע חזרט זיי איבער כּסדר; אַן ערך 80% פֿון די גראָבע ווערטער, וואָס ענגליש־רעדער זאָגן, באַשטייען פֿון די זעלבע 10 ווערטער (וואָס וועלן ניט אויסזען אַזוי וווּלגאַר אין דער ייִדישער טראַנסליטעראַציע): פֿאָק, שיט, העל, דעם, גאַדדעם, דזשיזעס קרײַסט, עס, אָ מײַ גאַד, ביטש, סאָקס. די גאָר שטאַרקע וווּלגאַרימזען, וואָס פֿון זיי קענען מענטשן זיך באַליידיקן — ווי (איך בעט איבער אײַער כּבֿוד): קאַקסאָקער, קאָנט, ניגער — ניצט מען זייער זעלטן, ווײַל זיי קענען זײַן געפֿערלעך.

די ייִדישע וווּלגאַריזמען קען מען גרינג קלאַסיפֿיצירן לויט עטלעכע סעמאַנטישע קאַטעגאָריעס (די דאָזיקע רשימה, פֿון סטוטשקאָווס “אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך”, איז ניט אויסשעפּיק):

סעקס: שמאָק, שמעקל, פּאָץ, פּעצקע, שוואַנץ, סאָפּ, סאַלעפּ, קוטאַס, אייער, פּירגע, שמאָנדע, בויע, ציץ, ציצל, ציצקע, דרים, טרענען, יענצן, הורן, באַרען, האַקן, טערכענען, קאָטערן, נפֿקא, קורווע, כאָנע, כאָנטע, הור, צעלקע, סמיקעדיק, בײַכלדיק

סקאַטאַלאָגיש: תּחת, דרעק, קאַקן, קאַקער, עקספּלואַקאַקער, פֿאָרץ, פֿאַרצן, פּישן, פּישער, פּישמאַשין, דאָסן, סמאַרק, ראָצער

חיות: בהמה, (ווילדע) חיה, כּלבֿטע, כּלבֿ שוטה, הינטישע לעבער, סוקין סין, חמור־אייזל, אייזלקאָפּ, חזיר, באָק, הונט, פֿערד, אָקס, קו, פּיאַווקע, היענע, שלאַנג

עטניש און מיניק: פֿרענק־פּאַרך, צלם־קאָפּ, איטשע־מאיר, זשיד, שייגעץ, שיקסע, פֿאָניע, איוואַן, ליאַך, פֿליאַק, יעקע פּאָץ, דײַטש ממזר, פֿאַרצויז, פֿייגעלע

ייִחוס: ממזר (בן־הנידה), בענקאַרט, בײַסטרוק

מומים: אידיאָט, קאַרליק, ליימענער גולם, מיאוסקייט, פֿאַרזעעניש, מצה־פּנים, קאַליקע, הויקער, האָרב

שלעכטקייט: אויסוואָרף, ימח־שמוניק, סדומניק, פּושה־ישׂראל, עוכר־ישׂראל, משומד, שמאַדילניק, שמד־קאָפּ, זשוליק, הולטײַ, לומפּ, הפֿקר־יונג, באָם, גנבֿ, גזלן, רוצח, מערדער, גאָרגל־שנײַדער, האַלדזשנײַדער, שווינדלער, בלוטזויגער, באַנדיט, פּאַסקודניאַק, מנובֿל, שלאַק, פּאַרך, שלעפּער, טײַוול, אוממענטש, רשע (מרושע), מכשפֿה, מרשעת, קליפּה

ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַ וויכטיקער סאָרט וווּלגאַריזם אין ענגליש איז ניטאָ אין ייִדיש: גאָט־לעסטערונג. בײַ אַ גוי קען יעדעס צווייטע וואָרט זײַן “גאַד דעם איט” אָדער “דזשיזעס” און דאָס רעכנט זיך פֿאַר אַ זינד; אָבער בײַ ייִדן איז ניטאָ אַזאַ זאַך. מיר מעגן אַרויסרופֿן “רבונו של עולם” אָדער “טאַטע אין הימל” און קיינער וועט ניט האָבן קיין פֿאַראיבל. עס זײַנען דאָ הייליקע ווערטער וואָס מע טאָר טאַקע ניט זאָגן — דעם שם־המפֿורש, למשל, אָדער (להבֿדיל) די נעמען פֿון פֿאַרשיידענע שדים (לילית, סמאל וכ’). אָבער ייִדן שעלטן ניט מיט די נעמען, בײַ זיי איז דער טאַבו צו שטאַרק.

אָבער ווי מע זעט פֿון דער רשימה, זײַנען ווערטער מיט אַ שײַכות צו סעקס אָדער צו שלעכטקייט זייער פּאָפּולער. דאָס ווײַזט אפֿשר אָן אויף דער גרויסער ווערדע פֿון צניעות און מאָראַלישן אויפֿפֿיר אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אָבער קיין זיכערע אויספֿירן קען מען ניט דרינגען פֿון דעם, מע דאַרף דעם ענין גרינטלעך אויספֿאָרשן. קען זײַן, אַז ייִדן וועלן אויסגעפֿינען עפּעס וועגן זיך, ווען זיי וועלן אויפֿהערן זיך צו שעמען מיט ייִדיש.