אַ ייִדיש לעבן אויף שטום־לשון

Living Jewishly Through Sign Language

ליאַנאַ גרייט צו אַ „שטומע‟ שבת־וועטשערע, אין „משה־הויז‟, וואַשינגטאָן
ליאַנאַ גרייט צו אַ „שטומע‟ שבת־וועטשערע, אין „משה־הויז‟, וואַשינגטאָן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 28, 2013, issue of August 16, 2013.

אַ דאַנק די מעגלעכקייטן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז הײַנט אַ סך גרינגער צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט דער וועלט, סײַ געזעלשאַפֿטלעך, סײַ פּראָפֿעסיאָנעל.

קל־וחומר איז אַזוי אין די טויבע און שווער־הערעוודיקע קרײַזן, וווּ די אינטערנעץ, טעקסט־אָנזאָגן און „סקײַפּ‟ האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן אַן אמתדיק געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט, און האָט פֿאַרשטאַרקט דעם שטאָלץ אין דער טויבער געזעלשאַפֿט. געוויסע אַקטיוויסטן טענהן, אַז מע זאָל בכלל נישט באַטראַכטן טויבקייט פֿאַר אַ פֿיזישן מום, נאָר דווקא ווי אַן אַלטערנאַטיווע קולטור.

זיך אויסלעבן ווי אַ טויבער ייִד איז אָבער נישט אַזוי גרינג. אמת, דאָ און דאָרט געפֿינט מען אַ שטיקל „אָאַזיס‟: אין טאָראָנטאָ געפֿינט זיך אַ מיטלשול פֿאַר טויבע בחורים — „ישיבֿת נפֿש דוד‟, און אין באָלטימאָר וווינען צוויי טויבע רבנים, פֿרעד פֿרידמאַן און דוד קאַסטאָר, וועלכע פֿירן אָן מיט פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן פֿאַר פֿרומע טויבע ייִדן. פֿון דעסטוועגן, איז דאָס ווײַט נישט דער כּלל. זייער ווייניק סינאַגאָגעס שטעלן צו אַן איבערזעצער בעת דעם דאַווענען אָדער דבֿר־תּורה, און די ייִדישע טאָגשולן און נאָכמיטאָג־שולן האָבן אויך ביז איצט ווייניק געטאָן צו העלפֿן די טויבע און שווער־הערעוודיקע מיטגלידער פֿון דער קהילה.

ליאַנאַ יעלען, אַ 26־יאָריקע סטודענטקע פֿון שטום־לשון איבערזעצערײַ, האָפֿט, אַז זי וועט קענען, אויף איר אייגענעם אופֿן, צונויפֿברענגען די צוויי וועלטן — די ייִדישע און די טויבע. הײַיאָר ענדיקט זי איר מאַגיסטער אינעם „גאָלאָדעט־אוניווערסיטעט‟ אין וואַשינגטאָן, אַ לערן־אַנשטאַלט פֿאַר טויבע און שווער־הערעוודיקע, אָבער בײַ איר איז עס נישט בלויז אַ פֿאַך. זי איז אויך געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו אין די טויבע קרײַזן, און עטלעכע פֿון אירע נאָענטסטע פֿרײַנד זענען טויבע. טאַקע דערפֿאַר פֿילט זי זיך אַליין ווי אַ טייל פֿון דער טויבער געזעלשאַפֿט.

ליאַנאַ, אַ פֿליסיקע ייִדיש־רעדערין, וועלכע איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין שיקאַגע, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן אַ סעריע שבתדיקע וועטשערעס, וואָס זי האָט אָרגאַניזירט אין וואַשינגטאָן, בײַ איר אין „משה־הויז‟, וווּ זי האָט געוווינט.

„כ׳האָב צונויפֿגעבראַכט טויבע און הערעוודיקע יונגע לײַט, צו פֿאַרברענגען צוזאַמען אין אַ ׳שטומער׳ סבֿיבֿה; מיט אַנדערע ווערטער — אַ סך שטום־לשון און זייער ווייניק רעדן,‟ האָט ליאַנאַ דערקלערט. די געוויינטלעכע טראַדיציעס פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, ווי דאָס זינגען „שלום־עליכם‟, מאַכן קידוש און המוציא, האָט מען אַלץ געמאַכט אויף שטום־לשון.

די וועטשערעס, וואָס זי האָט גערופֿן Voices of Shabbat (די קולות פֿון שבת), האָבן טאַקע צוגעצויגן אַ סך געסט.

„פֿאַרן ערשטן מאָלצײַט האָב איך אַליין אַלץ געקאָכט, אָבער ס׳איז געווען זייער שווער, ווײַל ס׳זענען געקומען 40 מענטשן!‟ האָט ליאַנאַ דערציילט. צוליב דעם סוקצעס פֿון דער אונטערנעמונג, האָט זי זיך געוואָנדן צו די פֿאַרוואַלטער פֿון די „משה־הײַזער‟, און באַקומען בײַ זיי גרעסערע פֿאָנדן צו אָרגאַניזירן די ווײַטערדיקע „שטומע שבתים‟, און דערבײַ שוין באַשטעלט צוגעגרייטע מאכלים פֿון אַ ליוועראַנט.

כּדי אַרײַנצוברענגען אַ רוחניותדיקע שטימונג, האָט ליאַנאַ אויך פֿאַרבעטן הרבֿ יהושע סודאַקאָף, אַ יונגער טויבער רבֿ פֿון ראָטשעסטער, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ ייִדישקייט־וועבזײַט פֿאַר טויבע //jewishdeafmm.org, גיט שיעורים אויף שטום־לשון, און העלפֿט צו אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען פֿאַר די טויבע לכּבֿוד פּורים, סוכּות און חנוכּה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז הרבֿ סודאַקאָף געווען אין מאָסקווע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַן אויפֿפּאַסער אינעם ערשטן זומער־לאַגער פֿאַר טויבע רוסיש־ייִדישע ייִנגלעך.

הרבֿ סודאַקאָף (מיטן מאַטראָסן־הוט), בעת אַ פּורים־פֿײַערונג פֿאַר טויבע ייִדן
Frank Kruppenbacher
הרבֿ סודאַקאָף (מיטן מאַטראָסן־הוט), בעת אַ פּורים־פֿײַערונג פֿאַר טויבע ייִדן

סודאַקאָף האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די „שטומע שבתים‟, וואָס ליאַנאַ האָט אָרגאַניזירט, האָבן געשאַפֿן אַ נייטיקע סבֿיבֿה פֿאַר די טויבע סטודענטן אין „גאָלאָדעט‟.

„מע האָט געשמועסט אויף פֿאַרשידענע ייִדישע טעמעס, מע האָט הנאה געהאַט פֿונעם עסן, און סתּם געטריבן קאַטאָוועס. מער פֿון אַלץ האָט עס געשאַפֿן אַ היימישע, וואַרעמע סבֿיבֿה, וווּ אַ טויבער קאָן זיך אויסדריקן ווי אַ ייִד,‟ האָט הרבֿ סודאַקאָף געזאָגט.

„אַ הויכפּונקט פֿון די ׳שטומע שבתים׳ זענען געווען די לחיימס,‟ האָט סודאַקאָף צוגעגעבן. „ס׳איז זייער רירנדיק צו זען ליאַנאַס נחת, ווען זי זעט ווי עס קומען זיך צונויף די צוויי וועלטן, וועלכע זענען איר אַזוי נאָענט צום האַרצן: די טויבע וועלט, און די ייִדישע.‟

ליאַנאַ האָט זיך צום ערשטן מאָל פֿאַראינטערעסירט אין דער טויבער וועלט אין עלטער פֿון 12 יאָר. „כ׳בין דעמאָלט געוואָרן אַ רעגלמעסיקע קינדהיטערין פֿון אַ 4־ יאָריק מיידעלע, מאַרדזשי, מיט אַ הער־אַפּאַראַט,‟ האָט ליאַנאַ געזאָגט. „זי האָט זיך געלערנט אין ׳סאָלאָמאָן שעכטער׳ [אַ קאָנסערוואַטיווע ייִדישע טאָגשול], טראָגנדיק די הערלעך. אָבער איר מאַמע האָט אויך געוואָלט, אַז זי זאָל זיך לערנען שטום־לשון און זיך באַקענען מיט דער טויבער קהילה, טאָמער וועט איר געהער ערגער ווערן, און זי וועט עס דאַרפֿן.‟

דאָס ערשטע מאָל וואָס ליאַנאַ האָט געלייגט מאַרדזשי שלאָפֿן, האָט זי זיך צוגעקוקט ווי זי טוט אויס די הערלעך, און אַ פֿרעג געטאָן: „קענסטו מיר ווײַזן ווי אַזוי מע מאַכט ׳אַ גוטע נאַכט׳ אויף שטום־לשון?‟ מאַרדזשי האָט איר געוויזן, און דערנאָך האָט ליאַנאַ שוין אויך געוואָלט וויסן ווי מע מאַכט „לעש אויס דאָס ליכט‟, „לייג אַוועק דאָס בוך‟, און אַנדערע וויכטיקע פֿראַזעס פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן. ליאַנאַ האָט אויך געבאָרגט בײַ מאַרדזשיס מאַמען אַ ווידעאָ פֿון קינדער־מעשׂיות אויף שטום־לשון.

בײַ 16 יאָר האָט ליאַנאַ געזען דעם אָנגעזעענעם פֿילם Sound and Fury וועגן אַ ביטערער מחלוקת אין אַ משפּחה פֿון אַ טויב קינד, איבער דער פֿראַגע, וואָס איז דער בעסטער אופֿן צו דערציִען טויבע קינדער. דער פֿילם, וואָס איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַן „אָסקאַר‟, האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ליאַנאַ. „כ׳האָב געקוקט דעם פֿילם נאָך אַ מאָל, און דעמאָלט באַשלאָסן, אַז איך וויל גיין אין אַ ספּעציעלן קאָלעדזש, וווּ הערנדיקע סטודענטן לערנען זיך צוזאַמען מיט טויבע.‟

פֿיר יאָר לאַנג האָט זי זיך געלערנט אינעם „אוניווערסיטעט פֿון ראָטשעסטער‟, וואָס האָט אַ פֿולע פּראָגראַם סײַ פֿאַר טויבע, סײַ פֿאַר סטודענטן, וואָס ווילן אַרבעטן מיט טויבע אָדער פּשוט בעסער פֿאַרשטיין זייער וועלט. צווישן די קורסן וואָס מע גיט דאָרט: די ליטעראַטור פֿון טויבע שרײַבער און פּאָעטן; די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער טויבער קולטור; קאַריערעס אין שײַכות מיט די טויבע, און אַפֿילו פֿראַנצויזיש שטום־לשון.

„ליאַנאַ איז זייער איבערגעגעבן דעם צוועק, און זאָרגט זיך תּמיד וועגן די באַדערפֿענישן פֿון דער טויבער קהילה,‟ האָט סודאַקאָף געזאָגט. „אַ מאָל טרעפֿט, אַז מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען נישט די טויבע, זאָגן עפּעס וואָס איז נישט־סענסיטיוו, און ליאַנאַ נעמט זיך ממש צום האַרצן, ווײַל זי באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו פֿאַרזיכערן, אַז אירע טויבע פֿרײַנד זאָלן זיך נישט פֿילן באַליידיקט.‟

לעצטנס, איז ליאַנאַס גוטע חבֿרטע, דינה ראַעזקי, אַ טויבע ביאָלאָגיע־לערערין אין דער „מערליאַנד שול פֿאַר די טויבע‟, געוואָרן אַ כּלה, און געבעטן ליאַנאַ צו זײַן סײַ אַן אונטערפֿירערין, סײַ אַן איבערזעצערין פֿון שטום־לשון, אויף איר חתונה אין אויגוסט. ליאַנאַ קען זיך נישט דערוואַרטן.

„אַ מאָל האָב איך געקלערט צו ווערן אַ לערערין פֿון די טויבע, ווײַל ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז צו זײַן אַן איבערזעצער איז נישט אינטערעסאַנט,‟ האָט ליאַנאַ באַמערקט. „אָבער איצט פֿאַרשטיי איך, אַז צו זײַן אַ גוטע איבערזעצערין פֿון שטום־לשון פֿאַרנעמט צוויי אַספּעקטן: ערשטנס, מוז מען, זייער גוט פֿאַרשטיין די טויבע קולטור, און צווייטנס, דאַרפֿן די טויבע דיך זען ווי אַ טייל פֿון זייער קהילה.‟

בעת זי וועט אויף דער חתונה פֿאַרטײַטשן די ייִדישע צערעמאָניע פֿאַר די טויבע געסט, און שפּעטער טאַנצן מיט זיי אַ פֿריילעכס, וועט זי מסתּמא אַליין דערפֿילן, אַז די אַרבעט פּאַסט איר ווי דער כּלה אַ קרוין.