נואַנסן פֿונעם חסידישן מלבוש

The Secret Genius of Hasidic Fashion

„די קעניגלעכע טייטלבוימס‟
„די קעניגלעכע טייטלבוימס‟

פֿון שלום דין (Forward)

Published July 28, 2013, issue of August 16, 2013.

„איינע פֿון די קליגסטע זאַכן, וואָס דער אַמאָליקער סאַטמערער רבי האָט געטאָן — האָט מײַקל לעווין, אַ מאָלער אין וויליאַמסבורג, געזאָגט וועגן ר׳ יואל טײַטלבוים, דער פֿירער פֿון די סאַטמערער חסידים אין וויליאַמסבורג נאָכן חורבן — איז, אַז אויב דו טראָגסט אַ שטרײַמל מיט לאַנגע פּאות, וועלן מענטשן עס האַלטן פֿאַר אויסטערליש און דיך אַפֿילו פֿײַנט האָבן, אָבער אין לעצטן סך־הכּל, וועלן זיי אויך האָבן דרך־ארץ פֿאַר דיר.‟

צי די וועלט האָט הײַנט טאַקע דרך־ארץ פֿאַר די סאַטמערער איז נישט קלאָר, אָבער די אידעאָלאָגיע פֿון אָפּגעזונדערטקייט, וואָס דער סאַטמערער רבי האָט געפּרעדיקט, האָט זיכער מצליח געווען בײַם אויפֿהאַלטן דעם חסידישן לעבן־שטייגער, און בפֿרט די חסידישע קליידונג — די טעמע פֿון לעווינס נײַער קונסט־אויסשטעלונג, Jews of Today (די הײַנטיקע ייִדן), און זײַן בוך, Jews of Today: A Primer on Hasidic Dress.

די אויסשטעלונג, וואָס האָט זיך געעפֿנט דעם 20סטן יולי, אין וויליאַמסבורג, שילדערט סײַ דעם קינסטלערס פֿאַסצינירטקייט מיט די חסידים, ווי אויך זײַן אייגענעם סטאַטוס ווי אַ דרויסנדיקער. לעווין איז געבוירן געוואָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס, אַ פּראָדוקט פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם „האָליוווּדער נוסח‟ רעפֿאָרם־ייִדישקייט. צו 28 יאָר האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין ברוקלין, וווּ ס׳האָט זיך בײַ אים אַנטוויקלט אַן אינטערעס צו דער חסידישער קהילה. הגם ער אַליין איז נישט קיין פֿרומער, אידענטיפֿיצירט ער זיך מיט די חסידים אויף אַ טיפֿן אופֿן. „אויב ס׳וועט דאָ אַמאָל אויסברעכן אַ מלחמה צווישן די ראַסעס, וועל איך זיכער לויפֿן צו די חסידים,‟ זאָגט ער.

לעווינס צייכענונגען זענען פּרעכטיק. מיט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿאַר פּרטים, כאַפּט ער מײַסטעריש אויף די גאָר־סובטילע אונטערשיידן צווישן די אונגערישע סאַטמערער, פּוילישע גערער און רומענישע וויזשניצער הויפֿן: די וועלכע גייען מיט דער ברוסט פֿאָרויס, אָדער וועלכע שטעקן זייערע הענט אַרײַן אין גאַרטל.

„עס זעט אויס ווי יעדע גרופּע וויל שטאַרק אויפֿהאַלטן די אייגנאַרטיקייט פֿון זייער אייגענעם מין חסידות,‟ האָט לעווין געזאָגט. „ווי אַזוי צו טראָגן דעם הוט, למשל, אָדער ווי לאַנג זאָלן זײַן די פּאות — גלײַך ווי דאָס אָנטועכץ איז די איינציקע זאַך, וואָס שיידט זיי אָפּ איינער פֿונעם צווייטן.‟

לעווינס ווערק באַהאַנדלט נישט בלויז זייערע מלבושים. אין איין אימאַזש זעט מען, ווי די סאַטמערער גיבן אַ זעץ דעם וויזשניצער רבין אין מאָנסי, הרבֿ מרדכי האַגער — אַ מעטאַפֿאָר פֿון דער גרויסער מחלוקת צווישן די צוויי גרופּעס אין די 1990ער יאָרן. אַ צווייט בילד ווײַזט דעם אַטענטאַט פֿון יעקבֿ ישׂראל דע־האַאַן, אַ האָלענדישער ייִדישער זשורנאַליסט, וועלכער האָט פֿאַרטיידיקט די אַנטי־ציוניסטישע חרדים אין ירושלים, און איז ווי אַ פּועל־יוצא דערהרגעט געוואָרן פֿון דער „הגנה‟ — אַ היסטאָרישע געשעעניש וואָס האָט, צום טייל, פֿאַרשאַרפֿט די אַנטי־ציוניסטישע אידעאָלאָגיע בײַ די סאַטמערער.

צום גרעסטן טייל זענען די אימאַזשן אָבער וועגן די חסידישע קליידער — און דווקא נאָר פֿון די מאַנסבילן, נישט פֿון די פֿרויען. פֿאַר וואָס? ענטפֿערט ער: „ס׳איז דערפֿאַר ווײַל איך פֿיל אַ שטאַרקערע פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג צו דער מענער־וועלט.‟