אַ פּרוּוו אויסצומײַדן דאָס הויפּט־רבנות

Alternatives to the Chief Rabbinate

דער נײַ־דערוויילטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ, דוד לאַו (רעכטס) מיט זײַן טאַטן, דער געוועזענער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ — ישׂראל־מאיר לאַו, דעם 25סטן יולי 2013
Flash90/JTA
דער נײַ־דערוויילטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ, דוד לאַו (רעכטס) מיט זײַן טאַטן, דער געוועזענער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ — ישׂראל־מאיר לאַו, דעם 25סטן יולי 2013

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published July 31, 2013, issue of August 16, 2013.

ירושלים. — שוין יאָרן לאַנג באַקלאָגן זיך די אייגנטימער פֿון די ירושלימער רעסטאָראַנען וועגן די שוועריקייטן צו באַקומען אַ השגחה פֿונעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבנות.

צווישן זייערע טענות: די מינים עסן וואָס זיי קאָנען קויפֿן, זענען אָפֿט זייער באַגרענעצט, און דאָס שטראָפֿגעלט איז צו הויך. קיין ברירה האָבן זיי אָבער נישט געהאַט, ווײַל דער השגחה־צערטיפֿיקאַט פֿונעם רבנות, און אַ צווייטער צערטיפֿיקאַט, וואָס איז נאָך שטרענגער, זענען די איינציקע, וואָס דאָס ישׂראלדיקע געזעץ דערלויבט.

אָבער פֿאַראַיאָרן האָט אַ קאָאַליציע פֿון 20 ירושלימער רעסטאָראַנען באַשלאָסן צו איגנאָרירן דאָס געזעץ, און האָבן אַליין באַשטעטיקט, אַז זייערע רעסטאָראַנען זענען כּשר, לויט דער הסכּמה פֿונעם ברייטן עולם, אַנשטאָט דורך אַ צערטיפֿיקאַט פֿונעם רבנות.

די רעסטאָראַן־איניציאַטיוו איז איינע פֿון עטלעכע באַמיִונגען אָפּצושוואַכן דעם מאָנאָפּאָל פֿונעם רבנות איבערן ייִדישן לעבן אין ישׂראל. דער פֿאַרלאַנג אויסצומײַדן די רבנישע אויטאָריטעטן איז נאָך שטאַרקער געוואָרן נאָך די וואַלן פֿאַר די הויפּט־רבנים, דעם 24סטן יולי. הרבֿ דוד סתּו, אַ פּאָפּולערע פֿיגור פֿון דער ליבעראַלער אָרטאָדאָקסישער גרופּע „צוהר‟ האָט קאַנדידירט פֿאַר דער פּאָזיציע פֿון אַשכּנזישן הויפּט־רבֿ, אָבער פֿאַרשפּילט. געוווּנען האָט הרבֿ דוד לאַו, דער זון פֿון הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, וועלכער האָט אָנגעהאַלטן די פּאָזיציע פֿון 1993 ביז 2003. (דער נײַער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ, הרבֿ יצחק יוסף, איז אויך דער זון פֿון אַ פֿריִערדיקן הויפּט־רבֿ — הרבֿ עובֿדיה יוסף.)

ביז איצט האָט מען אַרומגערעדט צוויי מעגלעכע ענטפֿערס ווי אַזוי צו לייזן די פּראָבלעמען מיטן רבנות: רעפֿאָרמירן אָדער אין גאַנצן באַזײַטיקן. די אָרטאָדאָקסישע גרופּעס האַלטן, אַז מע דאַרף רעפֿאָרמירן די אינסטיטוציע, טענהנדיק, אַז מע טאָר עס נישט באַזײַטיקן, ווײַל דאָס רבנות דינט ווי אַן אַנקער פֿון ייִדישער פֿאַראייניקונג. אָבער די ליבעראַלע ייִדישע גרופּעס באַצייכענען דאָס רבנות ווי אַ פֿעסטיקונג פֿון דער חרדישער געוועלטיקונג, וואָס מוז באַזײַטיקט ווערן.

ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זענען ביידע מעגלעכקייטן אָבער דורכגעפֿאַלן.

טאַקע דערפֿאַר האָט זיך איצט פֿאַרשפּרייט אַ דריטע מעגלעכקייט: איגנאָרירן דאָס רבנות. אַ טייל אַקטיוויסטן האָפֿן אָפּצושוואַכן דעם מאָנאָפּאָל פֿונעם רבנות וואָס שייך כּשרות; אַנדערע ווילן געבן די ישׂראלים מער ברירות פֿאַר ייִדישע חתונות און גטן, און אַ דריטע גרופּע האָפֿט צו העלפֿן די אַגונות צו באַקומען אַ גט.

די ישׂראלדיקע קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג האָט געגרינדעט אַ באַשיידענע השגחה־פּראָגראַם פֿאַר ווײַן, וואָס דערלויבט, לויט די קאָנסערוואַטיווע תּקנות, אָנצושטעלן נישט־ייִדישע אַרבעטער, אָן שום באַגרענעצונגען. (לויטן דין, ווערט ווײַן נישט־כּשר, אויב אַ נישט־ייִד רירט אָן די פֿלאַש.)

בתיה כּהנה־דרור, די פֿירערין פֿון אַ גרופּע וואָס העלפֿט פֿרויען צו באַקומען אַ גט, אויב זייערע מענער זענען פֿאַרשוווּנדן אָדער ווילן זיי נישט אָפּגטן, האָפֿט, אַז די נײַע הויפּט־רבנים וועלן אויסזוכן לייזונגען לויטן דין צו העלפֿן די פֿרויען; אָבער אויב נישט, זאָגט זי, וועט זי צונויפֿרופֿן אַ פּריוואַטן בית־דין פֿון דרײַ רבנים, וועלכע האָבן שוין באַוויזן, אַז זיי זענען מער שעפֿעריש מיטן אויסטײַטשן דעם דין.

פֿאַראַיאָרן האָבן די קריטיקער פֿונעם רבנות אָפּגעהאַלטן אַ נצחון, ווען דאָס ישׂראלדיקע הויפּט־געריכט האָט צום ערשטן מאָל דערלויבט די קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־ראַבינער אין די קלענערע שטעטלעך צו באַקומען מלוכישע שׂכירות, אויב זיי באַפֿרידיקן געוויסע קריטעריעס. הײַיאָר האָט דאָס געריכט שוין אויך דערלויבט די נישט־אָרטאָדאָקסישע ראַבינער אין די גרויסע שטעט צו באַקומען די שׂכירות.