הלכה אין סתּירה מיט חסידות?

Halacha Incompatible With Hasidism?

אַ חסיד אין פֿאַרגלײַך מיט אַ מתנגד: דער ראַציאָנאַליסט ישעיהו לייבאָוויטש און אַ אויטאָ פֿון די „ווילדער‟ בראַצלעווער חסידים.
אַ חסיד אין פֿאַרגלײַך מיט אַ מתנגד: דער ראַציאָנאַליסט ישעיהו לייבאָוויטש און אַ אויטאָ פֿון די „ווילדער‟ בראַצלעווער חסידים.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 31, 2013, issue of August 16, 2013.

נישט לאַנג צוריק, האָבן די ישׂראלדיקער רעזשיסאָרן אורי ראָזענוואַקס און רינת קליין אַרויסגעלאָזט אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דעם באַקאַנטן ייִדישן פֿילאָסאָף ישעיהו לייבאָוויטש, מיטן נאָמען „לייבאָוויטש: אמונה, לאַנד און מענטש‟ (אויף העברעיִש: „ליבוביץ — אמונה אדמה אדם‟). דאָס איז נישט דער ערשטער פֿילם וועגן דעם דאָזיקן דענקער. אינעם יאָר 1993, ווען לייבאָוויטש האָט נאָך געלעבט, האָט דער יונגער רעזשיסאָר אייל סיון פֿילמירט אַ סעריע פֿון זײַנע רעדעס; מיט אַ יאָר שפּעטער איז לייבאָוויטש געשטאָרבן.

אין דער „סטענפֿאָרדער ענציקלאָפּעדיע פֿון פֿילאָסאָפֿיע‟ — אַ פּאָפּולערע און בכּבֿודיקע פֿילאָסאָפֿישע וועבזײַט — איז פֿאַראַן זייער אַ לאַנגער אַרטיקל וועגן לייבאָוויטשס געדאַנקען. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, האָט דער ירושלימער שטאָט-ראַט באַטראַכט, צי מע זאָל נאָכן אים אָנרופֿן אַ גאַס אויף זײַן נאָמען; דערווײַל האָט מען באַשלאָסן עס נישט צו טאָן. מיט אַ חודש צוריק, אין יוני, איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אַ ספּעציעלער ווערסיע פֿונעם נײַעם דאָקומענטאַר, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך; „האָרץ‟ האָט זיך מיט אַ גרויסן אינטערעס רעאַגירט אויף דעם דאָזיקן געשעעניש און אָנגערופֿן לייבאָוויטשן אַ „נבֿיא‟.

פֿאַרוואָס איז ישעיהו לייבאָוויטש, אַ פֿרומער פּראָפֿעסאָר פֿון כעמיע און ביאָלאָגיע בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, געוואָרן אַזאַ באַרימטע פֿיגור? פֿאַר אַ טייל מענטשן איז ער, צום מערסטן, באַקאַנט ווי אַ שאַרפֿער פּאָליטישער קריטיקער פֿונעם ליבעראַל-הומאַניסטישן שיכט. צווישן אַנדערן, האָט ער דערקלערט, אַז דער כּותל-המערבֿי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געץ פֿונעם ישׂראלדיקן נאַציאָנאַליזם. קיין חידוש איז עס אָבער נישט. דער סאַטמאַרער רבי — גאָר אַ פּאָפּולערע און וויכטיקע פֿיגור אין דער פֿרומער וועלט, אין פֿאַרגלײַך מיטן ווייניק-באַקאַנטן פּראָפֿעסאָר — האָט אָנגעשריבן גאַנצע דרשות וועגן דעם און פֿאַרווערט זײַנע חסידים צו באַזוכן דעם כּותל.

אַ טייל אַנדערע מענטשן שאַצן אָפּ לייבאָוויטשן פֿאַר זײַן ראַציאָנאַליסטישער שיטה. נישט איין מאָל האָב איך שוין געהערט פֿון פּראָגרעסיוו געשטימטע וועלטלעכע ייִדן, אַז לייבאָוויטש איז פֿאַר זיי אַ העלד פֿון מעסיקן און שׂכלדיקן צוגאַנג צו פֿרומקייט, ווי אַ מין רמב״ם אָדער משה מענדעלסאָן פֿון אונדזער תּקופֿה. קיינער האָט אָבער נאָך נישט געמאַכט ערנסטע פֿילמען וועגן דעם סאַטמאַרער רבין, וועלכער האָט געשאַפֿן די גרעסטע חסידישע קהילה און די גרעסטע ייִדיש-רעדנדיקע סבֿיבֿה אין דער וועלט, אָדער וועגן מענדעלסאָנען, וועלכער האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקע קולטורעלע און גײַסטיקע ירושה, זײַענדיק דער עיקר-דענקער פֿון דער השׂכּלה-באַוועגונג און טאַקע אַ וועלט-באַרימטער פֿילאָסאָף-ראַציאָנאַליסט. און אַפֿילו וועגן דעם רמב״ם איז, דאַכט זיך, פֿאַראַן בלויז אַ קינדערישער נישט-פּראָפֿעסיאָנעלער אַנימאַציע-פֿילם.

מיר דאַכט זיך, אַז לייבאָוויטשס פּאָפּולאַריטעט ווי אַ „שטערן‟ פֿון דער אינטעלעקטועלער וועלט, שטאַמט פֿון דעם, וואָס ער האָט געהערט צו דער זעלטענער פּאָראָדע פֿון שאַרפֿע, פֿאַרביסענע ליטווישע מתנגדים, און האָט אויסגעדריקט דעם מתנגדישן געדאַנקען-גאַנג אויף אַ סיסטעמאַטישן, אָריגינעלן און אַפֿילו עקסטרעמען שטייגער. לייבאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין ריגע, אינעם יאָר 1904, און האָט אײַנגעזאַפּט די „קווינטעסענץ‟ פֿון התנגדות. לויט לייבאָוויטשן, באַשטייט ייִדישקייט בלויז אינעם פֿאָלגן די הלכה. ער האָט אינגאַנצן אָפּגעלייקנט קבלה, ייִדישע נעאָ-פּלאַטאָנישע פֿילאָסאָפֿיע און דעם חסידישן מיסטיציזם, שוין אָפּגערעדט פֿון פֿאָלקלאָרישע טראַדיציעס. אַפֿילו די מאָראַלישע פּרינציפּן, וועלכע זענען פֿאַר אים געווען פּערזענלעך וויכטיק, האָט ער באַטראַכט ווי אַ זײַטיקן ענין, אין פֿאַרגלײַך מיט דער הלכה. מיסטיציזם און ראָמאַנטיזם זענען אָבער פֿאַר אים זיכער שלעכט און ברענגען אוממאָראַלישקייט.

על-פּי-חסידות, שטעקט אין יעדער זאַך אַ פֿונק פֿון געטלעכקייט. לייבאָוויטש האָט פּרינציפּיעל אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן געדאַנק און דערפֿאַר געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז חסידות קומט אין סתּירה מיט דער „ריין-הלכהדיקער‟ ייִדישקייט.

פּערזענלעך, זאָל מיר דער פֿאַרשטאָרבענער פּראָפֿעסאָר, עליו-השלום, מוחל זײַן, האָב איך נישט קיין געדולד פֿאַר זײַנע עקסטרעם-מתנגדישע דרשות. לויט אַ באַקאַנטער מעשׂה, האָט אַ חסיד אַמאָל געזאָגט דעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף-יצחק שניאורסאָן, אַז דער רבֿ אין זײַן שטאָט איז אַ מתנגד. וואָס זאָל מען טאָן? דער רבי האָט אים געגעבן אַן עצה אויסצוהערן דעם רבֿס דעה און צו טאָן דווקא פֿאַרקערט. פּונקט אַזוי קאָן מען אָפּלערנען פֿון לייבאָוויטשס פֿילאָסאָפֿיע דעם חילוק צווישן אַ חסיד און אַ מתנגד. אפֿשר, איז ער גערעכט, אַז חסידות און הלכה זענען נישט תּמיד אַ געראָטענער שידוך?

אין דער אָריגינעלער חסידישער באַוועגונג האָט די הלכה טאַקע נישט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע. אַדרבה, פֿאַקטיש יעדער באַרימטער רבי האָט זי פּרינציפּיעל געבראָכן — לכל-הפּחות, אין געוויסע קליינע פּרטים. לייבאָוויטש האָט גאַנץ ריכטיק פֿאַרשטאַנען די עיקר-סיבה דערפֿון: פֿאַר אַ חסיד, לעבט דער אייבערשטער אין זײַן האַרץ און נשמה. רבי לייבעלע אייגער האָט געזאָגט, אַז ער דאַוונט אין אומגעוויינטלעכע צײַטן, קעגן דער הלכה, ווײַל ער איז מתפּלל צום רבונו-של-עולם, און נישט צו דער זון אָדער לבֿנה. על-פּי-הלכה, טאָר מען נישט גיין אַליין שפּעט בײַנאַכט אין אַ וואַלד, ווײַל ס׳איז אַ סכּנה. דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַטאָנט פֿאַרקערט: אַדרבה, ס׳איז אַ גרויסע מיצווה, ווײַל אינעם חושך צווישן די ביימער דאַוונט זיך בעסער.

געוויסע חסידישע דענקער זענען געגאַנגען נאָך ווײַטער. רבי מרדכי-יוסף לײַנער, דער איזשביצער רבי, האָט געמאָלדן, אַז מע מוז בעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן, ווען ס׳איז כּדאַי צו מקיים זײַן די הלכה און ווען דווקא צו ברעכן לשם-שמים. אין זײַן ספֿר „מי-השילוח‟ שרײַבט ער, אַז די משיחישע גאולה וואַקסט אויפֿן באָדן פֿון אַזעלכע מעשׂים, וואָס זעען אויס ווי בפֿירושע עבֿירות.

הרב מאיר-צבֿי פֿון זאַמאָשטש, אַ געוועזענער קאָצקער חסיד, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ חב״דניק, האָט דערקלערט דעם חילוק צווישן אַ חסיד און אַ מתנגד אין זײַן ספֿר „יד אבי שלום‟. אַ מתנגד, זאָגט ער, פֿירט זיך אויף תּמיד כּשורה, כּהלכה, מיט שׂכל. מיט אַ חסיד איז די מעשׂה אַנדערש: אַמאָל בלײַבט ער אויף די גאַנצע נאַכט, און אַמאָל שלאָפֿט ער ביז נאָכמיטאָג; אַמאָל זיצט ער איינער אַליין, און אַמאָל דרייט זיך צווישן מענטשן; און אַמאָל פֿירט ער זיך אויף קעגן דער הלכה. דערפֿאַר זאָגט דוד המלך אין תּהילים: „שמרה נפשי כי חסיד אני‟ — היט מיך אָפּ, ווײַל איך בין אַ חסיד, ווײַל דער עכט-חסידישער דרך איז אַ מסוכּנער!

יהושע מונדשײַן, אַ ליובאַוויטשער פֿאָרשער-היסטאָריקער, האָט געזאַמלט אַ גאַנץ פּעקל פֿון „אַנטי-הלכהדיקע‟ חסידישע מעשׂיות. רב זלמן ווילענקיס, אַ באַרימטער חסיד פֿון רבי שניאור-זלמן ליאַדער, דעם ערשטן רבי פֿון חב״ד, האָט געוווינט אין אַן אָרט, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין מנין ראָש-השנה; האָט ער געמאַכט קידוש און זיך געלאָזט רײַטן די גאַנצע נאַכט אויף אַ פֿערד, כּדי צו הערן די תּקיעה אין אַן אַנדער שטעטל. אַן אַנדער באַקאַנטער חב״דניק האָט אַמאָל אויפֿגעהויבן אַ בלעטל פֿון אַ סידור אויף דער גאַס. ס׳איז געווען שבת און קיין עירובֿ איז אין יענעם פּלאַץ נישט געווען. דער חסיד האָט אָבער באַשלאָסן, אַז ס׳איז כּדאַי צו ברעכן שבת, כּדי דעם אייבערשטנס הייליקער נאָמען זאָל זיך נישט וואַלגערן אויף דר׳ערד, און אַוועקגעטראָגן דאָס בלעטל. „גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט‟, ווי עס שטייט אין די חב״ד-ספֿרים; ממילא, קאָן מען מיט אַן עבֿירה לשם-שמים אויך אַנטפּלעקן געטלעכקייט.

די טעמע פֿונעם חסידישן אַנטינאָמיזם — אַזוי רופֿן אָן די פֿאָרשער פֿון רעליגיע אַזאַ צוגאַנג, לויט וועלכן די פּערזענלעכע אינטויִציע קאָן זײַן העכער ווי די געשריבענע געזעצן — איז ווייניק באַקאַנט. דער דינאָווער רבי, אַ קלאַסישער טיפֿער דענקער, אָנגענומען אין אַלע חסידישע קרײַזן, האָט אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן אָפּגעטײַטש דעם פּסוק „לא תּעשון כּן לה’ אלקיכם‟. זאָגט דער דינאָווער רבי, אַז אויב איר טוט עפּעס לשם-שמים, קאָן אַ „לא‟ פֿאַרוואַנדלט ווערט אין אַ „כּן‟ — אַן עבֿירה אין אַ מיצווה. ווײַט נישט אַלע חסידים ווילן אַפֿישירן אַזעלכע תּורות אַפֿילו צווישן זיך, ווײַל זיי קלינגען צו „ווילד‟.

אַ דאַנק דעם נײַעם דאָקומענטאַר, וועט די וועלט זיך באַקענען מיט לייבאָוויטשס אולטראַ-מתנגדישער שיטה, לויט וועלכער אַ ייִד מוז שטרעבן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ „הלכה-ראָבאָט‟. להיפּוך צו זײַנע געדאַנקען, אָבער, האָבן אַ סך פּראָגרעסיווע און הומאַניסטישע באַוועגונגען אין דער וועלט געטראָגן דווקא אַ „ווילדן‟ מיסטישן כאַראַקטער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.