ייִדיש־סטודענטן געזעגענען זיך מיט ניו־יאָרק

Yiddish Students Say Farewell

בײַ דעם סיום־הזמן האָט אַיאַ קיִיאָהיסאַ געזונגען „דאָנאַ־דאָנאַ‟ אויף ייִדיש און יאַפּאַניש
בײַ דעם סיום־הזמן האָט אַיאַ קיִיאָהיסאַ געזונגען „דאָנאַ־דאָנאַ‟ אויף ייִדיש און יאַפּאַניש

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 01, 2013, issue of August 16, 2013.

פֿרײַטיק, דעם 26סטן יולי 2013, האָט מען אינעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ אין מאַנהעטן געפּראַוועט דעם סיום־הזמן פֿון דער „אוריאל ווײַנרײַך־זומער־ייִדיש־פּראָגראַם‟, וואָס ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם ייִוואָ צוזאַמען מיט „באַרד‟־קאָלעדזש. הײַנטיקס יאָר האָבן זיך געלערנט מער ווי 40 סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און אַמעריקאַנער שטאַטן.

עס האָט קודם באַגריסט דעם עולם ד״ר הערשל גלעזער, דעקאַן פֿונעם „מאַקס ווײַנרײַך־צענטער‟ בײַם „ייִוואָ‟. צווישן אַנדערע באַמערקונגען, האָט ער זיך געפֿרייט, וואָס אַלע סטודענטן האָבן אים איצט געקענט פֿאַרשטיין ווען ער רעדט אויף ייִדיש, ווײַל מיט זעקס וואָכן פֿריִער, ווען די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן, האָבן די אָנהייבער־סטודענטן אים אַבסאָלוט נישט געקענט פֿאַרשטיין. חוה לאַפּין פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג האָט אָפּגעגעבן אַ מזל־טובֿ די גראַדויִרטע, און באַטאָנט, אַז די זומער־פּראָגראַם איז די קרוין פֿון ייִוואָס אַקטיוויטעטן.

דאָס יאָר האָט מען פֿאַרבעטן שיין בייקער, עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם „אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ צו האַלטן די גאַסטרעדע. בייקער, אַן אַקטיאָר און כּלל־טוער, איז געקומען צו דער ייִדישער קולטור ווי אַ פֿרעמדער, אַ נישט־ייִד. ער איז געוואָרן אַ ייִדישיסט דורך זײַנע באַקאַנטשאַפֿטן מיט די ייִדישע אַקטריסעס מינע בערן און ליובאַ קאַדיסאָן, און דער קולטור־טוערין רוזשקאַ אַלעקסאַנדער. זײַן אינטערעסאַנטער וועג צו ייִדיש האָט יעדן פֿאַרכאַפּט.

תּמרה גליסאָן פֿרײַדבערג פֿון מעקסיקע, אַ סטודענטקע, וועלכע פֿאָרשט די געשיכטע פֿונעם „בונד‟ אין מעקסיקע, האָט געהאַלטן די „געזעגענונג־רעדע‟ און באַהאַנדלט די וויכטיקייט פֿון ייִדיש, נישט בלויז פֿאַר שטודיעס, נאָר אויך אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דערנאָך האָט דאָס וואָרט איבערגענומען די אַנדערע סטודענטן — איינער האָט פֿאָרגעלייענט אַ ליד, אַ צווייטער אַ שול־אַרבעט. עטלעכע האָבן געזונגען לידער, צווישן זיי אַן אָריגינעלע שאַפֿונג פֿון שׂרה מייערסאָן. נח שנאַרך פֿון ווין האָט זשאָנגלירט מיט מאַראַנצן און האָט אַ נאָמען געגעבן זײַן פֿאָרשטעלונג „אויב נישט נאָך העכער‟. אַיאַ קיִיאָהיסאַ פֿון יאַפּאַן האָט געזונגען „דאָנאַ, דאָנאַ‟ אויף ייִדיש און יאַפּאַניש, און דער עולם איז געווען שטאַרק גערירט.

ס‘רובֿ סטודענטן האָבן זיך געלערנט אין אוניווערסיטעטן, אָבער אַנדערע זענען שוין געווען פּענסיאָנירטע און האָבן געוואָלט רעאַליזירן אַן אַלטן חלום זיך אויסצולערנען ייִדיש.

נאָכן צוטיילן די צערטיפֿיקאַטן האָט מען געגעסן פֿונעם שיינעם כּיבוד און געכאַפּט נאָך איין שמועס, איידער מע האָט זיך געזעגנט און זיך צעפֿאָרן אין אַלע ווינקלען פֿון ייִדישלאַנד.