אַ טאָגבוך פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט

Diary of a Jewish Soldier

ייִדישע סאַלדאָטן אין צאַרישע צײַטן ריכטן אָפּ אַ סדר.
Forward Association
ייִדישע סאַלדאָטן אין צאַרישע צײַטן ריכטן אָפּ אַ סדר.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 02, 2013, issue of August 30, 2013.

דעם 28סטן יולי איז אַקוראַט אויסגעפֿאַלן 99 יאָר זינט עס איז אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה. די עסטרײַך־אונגאַרישע אימפּעריע האָט דערקלערט מלחמה און אָנגעפֿאַלן אויף סערביע. דערנאָך האָט רוסלאַנד מאָביליזירט איר אַרמיי און זיי אויסגעשטעלט פּאַזע דער דײַטשער גרענעץ. באַלד נאָך דעם האָט דײַטשלאַנד זיך געשטעלט קעגן רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך, און פֿאַרכאַפּט לוקסעמבורג און בעלגיע, בעת גרויס־בריטאַניע האָט געמאַכט אַ יד־אחת מיט פֿראַנקרײַך.

און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָט עסטרײַך־אונגאַרן און דײַטשלאַנד געשלאָסן אַ פּאַקט מיט דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע — צווישן זיי טערקײַ און בולגאַריע. זיי צו הילף איז געקומען איטאַליע, רומעניע, פּאָרטוגאַל, מאָנטענעגראָ און יאַפּאַן. צום סוף, איז אַמעריקע אַרײַן אין קריג, און דאָ האָב איך נישט אויסגערעכנט נאָך צוואַנציק לענדער.

די ערשטע וועלט־מלחמה האָט זיך באַניצט מיט נײַע הריגה־וואָפֿן, נעמלעך טאַנקן, עראָפּלאַנען און גאַז. עס זײַנען אומגעקומען בסך־הכּל 10 מיליאָן מיליטער־לײַט; אַרום 12 מיליאָן ציווילע און בײַ די 55 מיליאָן מענטשן זײַנען געבליבן פֿאַרוווּנדעט.

דאָס טאָגבוך פֿון ידידיה שמולעוויטש, מײַן טאַטנס לײַבלעכער פֿעטער, איז צו מיר דערגאַנגען בירושה פֿון מײַן טאַטן. דער פֿעטער ידידיה איז געווען אַ ייִד מיט אַ חוש פֿאַר אויסטערלישע געשעענישן. דעריבער האָט ער געהאַלטן אַ שריפֿטלעכן חשבון פֿון זײַנע טאָג־טעגלעכע איבערלעבענישן אינעם צאַרס אַרמיי אין צײַט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה.

אינעם טאָגבוך ווערט געשילדערט אַ גרויליק און אימהדיק קאַפּיטל וואָס האָט צו טאָן מיטן לעבן אין די אָקאָפּעס, און דעם גורל פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט אין דער רוסישער אַרמיי. אַ בליק פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן אין די פֿאָדערשטע רײען פֿון פֿראָנט, אַנטיסעמיטיזם, ווי רוסישע סאָלדאַטן ווערן געפּײַניקט פֿון זייערע אייגענע אָפֿיצירן. סאָלדאַטן וואָס דעזערטירן, שליסן זיך אָן אין די דײַטשע רייען, דאָס שלעפּן פֿון ייִדישע סאָלדאַטן יעדן זונטיק אין קלויסטער מיטן ציל זיי צו שמדן. געשטאָרבן איז ער ערגעץ סוף 1950ער יאָרן. נאָך זײַן טויט איז דאָס טאָגבוך אַריבער צום צו מיר.

לאָדזש, דעם 18טן יולי 1914

ווען איך האָב זיך זעקס אין דער פֿרי גענומען, ווי געוויינטלעך, צו מײַן אַרבעט ווי יעדן טאָג פֿון יאָר בײַ מײַנע וועבשטולן, איז אַרום זעקס אין דער פֿרי געקומען מײַנער אַן אַרבעטער, האָט ער מיך גלײַך געפֿרעגט, צי איך האָב געהערט, אַז עס האַלט בײַ אַ קריג מיט דײַטשלאַנד. האָב איך מײַן אַרבעטער געענטפֿערט, אַז איך ווייס פֿון דעם גאָרנישט. דער אַרבעטער האָט מיר אויפֿמערקזאַם געמאַכט, אַז אין אַלע גאַסן זײַנען אויפֿגעקלעפּט אַפֿישן, אַז אַלע מענער מוזן זיך מעלדן צום פּריזיוו.

איך האָב באַלד אָפּגעשטעלט מײַן וועבשטול און אַוועק אין גאַס. דאָרט האָב איך געטראָפֿן שטיין רעדלעך מענטשן מיט פֿאַרטרויערטע פּנימער, פֿרומע ייִדן האָבן גענומען איבערצײַגן אַלע, אַז משיח קומט. ווײַבער האָבן זיך צעשריגן אויפֿן קול, אַז מיר זײַנען זינדיק און מיר ווערן געשטראָפֿט פֿאַר אונדזערע זינד.

איך האָב זיך גלײַך אָפּגעטראָגן צו אַ קיאָסק קויפֿן אַ „מאָרגן־בלאַט‟. אויף דער ערשטער זײַט מיט גרויסע בוכשטאַבן איז געווען געשריבן, אַז ס’איז דער העכסטער באַפֿעל פֿון צאַר ניקאָלײַ דעם צווייטן, קעניג פֿון פּוילן און הערשער פֿון פֿינלאַנד באַפֿעלט, אַז יעדער איינער אין עלטער פֿון 21 ביז 44 דאַרפֿן זיך יאַווען אויף שײַבלעס מאַרק 8 אין דער פֿרי. די וועלכע וועלן נישט אויספֿאָלגן דעם באַפֿעל, וועלן איבערגעגעבן ווערן אין קריגס־געריכט. אונטערגעשריבן קאָמענדאַנט גענעראַל וואַסיליעוו.

יולי 22, 1914

אַרום דרײַ נאָך מיטיק, האָבן זיך באַוויזן איבער די לאָדזשער גאַסן מאַניפֿעסטאַציעס. די ערשטע איז געווען אַ קאַטוילישע מיט גלחים פֿון פֿאָרנט. זיי האָבן געטראָגן הייליקע בילדער און פֿענער. צווישן זיי האָבן מאַרשירט אַלטע טשינאָווניקעס מיט עטלעכע דוואָרניקעס [הויף־אויפֿזעער]. אויך עטלעכע מאָנאַשקעס מיטן בילד פֿון צאַר ניקאָלײַ.

ווי נאָר זיי האָבן אַדורכמאַרשירט, האָט זיך באַוויזן אַ ייִדישע מאַניפֿעסטאַציע. פֿון פֿאָרנט איז געגאַנגען אַ רבֿ אונטער אַ חופּה, מיט אַ ספֿר־תּורה אין האַנט. לעבן אים איז געגאַנגען דער שמשׂ מיטן בילד פֿון קײַזער פֿראַנץ־יאָזעף. הינטער זיי אַ חבֿרה ישיבֿה־בחורים און עטלעכע מיקווה־ווײַבער. קיין אַרבעטער און אינטעליגענטן האָט מען בײַ דער מאַניפֿעסטאַציע נישט געזען.

אויגוסט 14, 1914

איך בין אַוועק דערווײַל מיט מײַן ברודער בעריש (מײַן זיידע) אין אַ טשײַנע טרינקען טיי. בײַ אונדזער טישל איז געזעסן אַן אַלטער מאַן און אויך געטרונקען טיי. איך מיט מײַן ברודער האָבן צווישן זיך גערעדט ייִדיש. מיטאַמאָל פֿרעגט מיך דער אַלטער אויף רוסיש, צי מיר זײַנען ייִדן. האָב איך געענטפֿערט, אַז יאָ. דער אַלטער מאַן האָט אָנגעהויבן וויינען און זיך נישט געקענט אײַנשטילן. האָב איך אים געפֿרעגט פֿאַר וואָס ער וויינט. האָט ער געענטפֿערט, אַז אַמאָל איז ער אויך געווען אַ ייִד און אַז ער איז אַ קאַנטאָניסט [יונגע קינדער, וואָס די צאַרס סאָלדאַטן האָבן פֿאַרכאַפּט אין די גאַסן און אַוועקגעשיקט אויף 25 יאָר צו דינען אין מיליטער, און אַ סך פֿון זיי אָפּגעשמדט]. טוט אים דאָס האַרץ וויי, ווען ער זעט אַז ייִדן מוזן גיין אין מלחמה. ער אַליין איז אַ פּראַוואָסלאַוונער, נאָר עס בענקט זיך אים נאָך ייִדן. ער איז 96 יאָר אַלט.

נאָך מיטאָג זײַנען מיר אַוועק אין שטאָט. מיר דערוויסן זיך, אַז עס דאַרף אָנקומען אַן עשאַלאָן מיט פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן מיטן סאַניטאַר־צוג. די שווער פֿאַרוווּנדעטע האָבן סטודענטן אַרויסגעטראָגן אויף טראָג־בעטלעך. מיר האָבן געזען ווי מען טראָגט אַרויס שטיקלעך מענטשן, אָן פֿיס און אָן הענט און אַ ציטער האָט אונדז אַרומגעכאַפּט. מיר האָבן גענומען אויספֿרעגן די פֿאַרוווּנדעטע ווי עס גייט צו אויפֿן שלאַכטפֿעלד. זייער ענטפֿער איז געווען, אויב עס איז דאָ אַ מעגלעכקייט זאָל מען זיך בעסער דעם קאָפּ אָפּהאַקן, איידער זיך אָנשליסן אין דער אַרמיי. מיר האָבן גענומען טראַכטן ווי אַרויסצודרייען זיך.

סוף קומט…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.