סאַטמאַר אַמאָל און הײַנט

Blurring Out Satmar History

אַ נומער פֿונעם „וויליאַמסבורגער בולעטין‟ מיט אויסגעמעקטע פּנימער פֿון קליינע מיידלעך
אַ נומער פֿונעם „וויליאַמסבורגער בולעטין‟ מיט אויסגעמעקטע פּנימער פֿון קליינע מיידלעך

פֿון פֿרומעט גאָלדבערגער (Forward)

Published August 04, 2013, issue of August 30, 2013.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל דערזען, ווי די פּנימער פֿון צוויי מיידלעך זענען געווען אויסגעמעקט אינעם „וויליאַמסבורגער בולעטין‟, אַ סאַטמאַרער וואָכנטלעך נײַ-בלעטל, בין איך נישט געבליבן פֿאַרחידושט. במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָר, ווערן די חסידישע קהילות, אַרײַנגערעכנט סאַטמאַר, אַלץ מער און מער עקסטרעם און אומטאָלעראַנט. אַזאַ נטיה קאָן גורם זײַן אַן אינערלעכן בונט צווישן די חסידים.

אין מײַנע קינדער-יאָרן, פֿלעגן די חסידים זאָגן, אַז „די דורות פֿאַלן‟, דעריבער מוז מען אײַנפֿירן נײַע גדרים און חומראות. די אַמעריקאַנער חסידישע קהילות, מיט סאַטמאַר ווי זייער עפּיצענטער, פּרוּוון אויפֿשטעלן אַלץ העכערע ווענט קעגן דעם, וואָס זיי האַלטן פֿאַר אַ רוחניותדיקער מפּלה.

דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטצײַטיקער חסידישער ייִדישקייט אין אַמעריקע. זײַן השפּעה בלײַבט שטאַרק ביזן הײַנטיקן טאָג. ווען ער האָט געמאַכט די ערשטע טריט אויפֿן ברעג פֿון דער „טרייפֿענער אַמעריקע‟, זענען דאָרטן געווען ווייניק חסידים. ווי דער היסטאָריקער אַלען נאַדלער באַטאָנט, האָט דער סאַטמאַרער רבי „פֿאַקטיש על-פּי-נס‟ אויפֿגעלעבט דאָס אַלטע חסידישע לעבן אינעם נײַעם לאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן אונגערישער פּראָווינץ מאַראַמאָרעש, האָט זיך אים דאָס אײַנגעגעבן צו דערגרייכן אינעם מולטי-קולטורעלן מעטראָפּאָלישן ניו-יאָרק.

רבי יואל טייטלבוים האָט געשאַפֿן אַן אינדזל פֿון אונגערן אין ברוקלין. אויפֿן יסוד פֿון די חורבן-רויִנען, האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ ריזיקע קהילה און צונויפֿגעזאַמלט אַרום זיך אַפֿילו מער חסידים, ווי אין מיזרח-אייראָפּע — אַ דאַנק זײַן כאַריזמאַטישן און אַסקעטישן כאַראַקטער, אָרגאַניזאַטאָרישן טאַלאַנט און אומקאָמפּראָמיסלעכן גײַסט.

איך בין געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דער סאַטמאַרער קהילה נישט לאַנג נאָך דעם רבינס פּטירה. איין וויכטיקער אַספּעקט אין דער ריזיקער גײַסטיקער ירושה, וואָס דער רבי האָט איבערגעלאָזט, האָט צו טאָן מיט צניעות. ער האָט נישט געוואָלט, אַז די חתונה-געהאַטע פֿרויען זאָלן טראָגן זייערע האָר אונטער די טיכלעך און שײַטלעך. איצט האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין סאַטמאַר דער מינהג אַרויסצוּוואַרפֿן די קינדער פֿון די שולן, אויב זייערע מאַמעס גאָלן זיך נישט אָפּ דעם קאָפּ.

הײַנט האָט זיך צווישן די אַמעריקאַנער חסידים, בפֿרט די סאַטמאַרער און סקווערער, זיך פֿאַרשפּרייט די מאָדע אויף נײַע חורמאות: מע פֿאַרווערט די אינטערנעץ, „סמאַרטפֿאָנס‟, קאָנצערטן און אַפֿילו מאַלענעס, טרוסקאַווקעס און ווײַנטרויבן, ווײַל אין יאַגדעס טרעפֿן זיך צומאָל אינסעקטן. פּראָפֿעסיאָנעלער אויג־מאַקיאַזש איז איצט פֿאַרבאָטן אין קרית-יואל.

מילא, האָבן זיך אָבער די חומראות דערקײַקלט ביזן פֿאַרבאָט צו פּובליקירן אומשולדיקע פּנימער פֿון דרײַ־יאָריקע מיידלעך. אַזעלכע מינהגים זענען נישטאָ אין חב״ד; די אַנדערע חסידים קריטיקירן אָבער כּסדר די ליובאַוויטשער און קוקן אויף זיי, ווי אויף אַ באַזונדערער מאָדערניזירטער גרופּע.

הגם דער סאַטמאַרער רבי האָט אײַנגעפֿלאַנצט די קענרער פֿון אַזעלכע חומראות, גלייב איך, אַז ער וואָלט געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס ס׳טוט זיך הײַנט אין דער סאַטמאַרער קהילה. זײַענדיק אַ ראַדיקאַל, איז ער אויך געווען אַ פּראַגמאַטישער מענטש. אַדרבה, ער האָט דערלאָזן די פֿרויען צו טאָן אַ ריי זאַכן, וועלכע זענען געווען פֿאַרבאָטן אינעם אַמאָליקן חסידישן אונגערן.

איך רוף נישט, אַז די חסידים, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען נישט צופֿרידן מיטן הײַנטיקן מצבֿ, זאָלן אַרויסגיין אויף די גאַסן און מאַכן אַ רעוואָלוציע. מע מוז דאָס אָבער קריטיש באַהאַנדלען. סוף-כּל-סוף, איז דאָך אוממעגלעך אויפֿצושטעלן אַ מויער און אָפּרײַסן די חסידים פֿון דער אַרומיקער וועלט.