אַנטי־פּאָליִאָ אַקציע אין ישׂראל

Anti-Polio Drive in Israel

Getty Images

Published August 06, 2013, issue of August 30, 2013.

דרײַ חדשים נאָך דעם ווי מע האָט אַנטדעקט דעם פּאָליִאָ־ווירוס אינעם אָפּוואַסער אינעם דרומדיקן טייל פֿון ישׂראל, האָט דער געזונט־מיניסטעריום אײַנגעפֿירט אַ קאַמפּאַניע צו וואַקצינירן בערך 200,000 קינדער קעגן פּאָליִאָ.

קינדער ביז נײַן יאָר אַלט וועלן באַקומען די אײַנשפּריצונג, וואָס באַשטייט פֿון אַן אָפּגעשוואַכטער ווערסיע פֿונעם פּאָליִאָ־ווירוס, כּדי צו פֿאַרהיטן די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער קראַנקייט.

דער מיניסטעריום האָט באַשטעלט אַ האַלבן מיליאָן דאָזעס פֿונעם וואַקצין, און שוין באַקומען 200,000 דאָזעס, וואָס מע האָט זונטיק פֿאַרשפּרייט צווישן די קליניקן אין דרום.

לויטן פּלאַן, וועט מען איבער ישׂראל גיבן אײַנשפּריצונגען צו 94% קינדער, גיט איבער די „אַלוועלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע‟, וואָס שטיצט די קאַמפּאַניע, און זאָגט, אַז די וואַקצין־קאַמפּאַניע איז „נייטיק‟.

ווען מע האָט אַנטדעקט דעם ווירוס אין מײַ, האָט מען אויסגעפֿאָרשט פֿאַרשידענע ערטער פֿון לאַנד, און געפֿונען שפּורן פֿונעם ווירוס אין, צום ווייניקסטן, צען ערטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — אינעם דרומדיקן טייל. אין יולי האָט מען אויך געפֿונען דעם ווירוס אין די אָפּוואַסער־סיסטעמען אין רמלה, לוד און מודין.

די עקספּערטן האַלטן, אַז דער ווירוס שטאַמט פֿון עגיפּטן, ווײַל אין דעצעמבער האָט מען דאָרט שוין געפֿונען שפּורן פֿון פּאָליִאָ. דער זעלבער ווירוס איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין פּאַקסיטאַן.

דאָס לעצטע מאָל וואָס עמעצער אין ישׂראל האָט זיך אָנגעשטעקט מיט פּאָליִאָ איז געווען אין 1988.

די „אַלוועלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע‟ האָט לעצטנס געשיקט אַ דעלעגאַציע קיין ישׂראל, כּדי אויסצופֿאָרשן דעם ענין, אויס זאָרג, אַז די קראַנקייט קאָן זיך אויך פֿאַרשפּרייטן אין אַנדערע לענדער, בפֿרט אין אייראָפּע.