דאָס פּינטעלע ייִד אין אײַסלאַנד

Keeping Jewish Identity Alive in Iceland

אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון בערך 50 ייִדן לכּבֿוד ראש־השנה פֿאַראַיאָרן
RABBI BEREL PEWZNER
אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון בערך 50 ייִדן לכּבֿוד ראש־השנה פֿאַראַיאָרן

פֿון דזשענאַ גאָטליב (Forward)

Published August 06, 2013, issue of August 30, 2013.

אײַסלאַנד האָט נישט קיין שיל, אַ רבֿ אָדער אַ קהילה־צענטער, און די ייִדישע רעליגיע איז אַפֿילו נישט אָפֿיציעל אָנערקענט דורך דער רעגירונג. דאָך באַמיִען זיך די בערך 100 ייִדן אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג איינער מיטן צווייטן. פֿאַראַיאָרן האָבן פֿופֿציק פֿון זיי זיך פֿאַרזאַמלט אין אַ זאַל אין צענטער שטאָט צו פּראַווען ראש־השנה, אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון אַן אַמעריקאַנער רבֿ, בערל פּעווזנער. דעם קומעדיקן חודש וועלן זיי עס ווידער טאָן.

דער ערשטער ייִד זיך צו באַזעצן אין אײַסלאַנד איז געווען אַ געשעפֿטסמאַן פֿון דענמאַרק, פֿריץ היימאַן נייטאַן, אין 1906. ער האָט אָנגעהויבן אַ הצלחהדיק הורט־געשעפֿט פֿון שפּײַז, ”נייטאַן און אָלסאָן“. ער איז געבליבן אין אײַסלאַנד 11 יאָר און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין דענמאַרק.

אין די 1930ער יאָרן, זענען די באַציִונגען צו די ייִדן מצד דער רעגירונג געווען פּראָבלעמאַטישע. אַ צאָל ייִדן, וועלכע זענען דעמאָלט אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד, האָבן געפּרוּווט קומען קיין אײַסלאַנד, וואָס איז געווען אַפֿיליִיִרט מיט דענמאַרק. די רעגירונג האָט זיי אָבער נישט אַרײַנגעלאָזט, און ס׳רובֿ פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן שוין געוווינט אין אײַסלאַנד, זענען דעפּאָרטירט געוואָרן.

הײַנט זענען אַ סך פֿון די ייִדן אין אײַסלאַנד נישט קיין הי־געבוירענע. זיי זענען געקומען, כּדי צו שטודירן אָדער אַרבעטן, אָדער ווײַל זיי האָבן חתונה געהאַט מיט אַן אײַסלענדער.

”בדרך־כּלל, איז מײַן לעבן דאָ, ווי אַן אויסלענדער, ביז איצט געווען זייער גוט,“ האָט דערקלערט יאָוואַנאַ אַלקאַלײַ, אַ ייִד פֿון סערביע, וועלכע האָט זיך באַזעצט דאָ אין 2010, נאָכן חתונה האָבן מיט אַן אײַסלענדערין.

איין פֿרוי, וועלכע האָט געבעטן נישט פּובליקירן איר נאָמען, האָט אימיגרירט פֿון אַמעריקע, כּדי צו וווינען מיט איר אײַסלענדישן מאַן. זיי האָבן איין קינד, וואָס איז (baptized) געוואָרן. ”איך האָב געדאַרפֿט געוויסע זאַכן מקריבֿ זײַן, ווען איך האָב זיך אַריבערגעצויגן קיין אײַסלאַנד, אָבער דאָס איז אַ זאַך, וואָס איך האָב אַליין פֿאַרשטאַנען. אין אַ געוויסן זינען, האָב איך טאַקע פֿאַרלוירן מײַן ייִדישע אידענטיטעט.“

הוליאַן בורגאָס, אַ ים־ביאָלאָג פֿון עקוואַדאָר, וועלכער האָט חתונה געהאַט מיט אַ נישט־רעליגיעזער קאַטוילישער פֿרוי, האַלט זיך אַליין פֿאַר אַ סעקולערן הומאַניסטישן ייִד. ”פֿון דעסטוועגן פּראַווע איך שבת און יום־טובֿ, כאָטש איך טו עס אויף אַ נישט־רעליגיעזן אופֿן… דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט תּמיד געהאַט אַן אָרט פֿאַר די אַפּיקורסים, און מסתּמא בין איך איינער פֿון זיי.“

בורגאָס זאָגט, אַז ער האָט קיין מאָל נישט געפֿילט קיין אַנטיסעמיטיזם אין אײַסלאַנד, אָבער אַ סך אײַסלענדער זענען זייער קריטיש צו ישׂראל, און די פֿריִערדיקע רעגירונג האָט נישט איין מאָל זיך אַרויסגעזאָגט זייער שאַרף קעגן ישׂראל, בפֿרט וועגן דעם קאָנפֿליקט אין עזה אין 2012.

בערך 1,000 אײַסלענדער האָבן פֿאַראַיאָרן זיך באַטייליקט אין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן ישׂראל, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע.

”כאָטש איך בין אַ ייִד און האָב ליב ישׂראל, אָדער אפֿשר טאַקע צוליב דעם, בין איך זייער אויפֿגעבראַכט וועגן דעם מצבֿ אין מערבֿ־ברעג און עזה און וועגן דער אומבייגעוודיקייט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג,“ האָט בורגאָס געזאָגט. ”פֿון דער אַנדערער זײַט, זעט מען נישט ווי מענטשן קריטיקירן דעם מצבֿ אין סיריע, אַזוי אַז ס׳איז קלאָר, אַז מע האָט זיך אָנגעזעצט אויף ישׂראל.“