די נײַע ייִדישע פֿאָלקלאָר־ענציקלאָפּעדיע

New Jewish Folklore Encyclopedia

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 07, 2013, issue of August 30, 2013.

די איניציאַטיוו צונויפֿצושטעלן אַן ענציקלאָפּעדיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט לאַנצירט פּראָפֿ׳ רפֿאל פּטאַי, ע״ה, און כאָטש ער איז געשטאָרבן בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם פּראָיעקט, איז די רשימה פֿון טעמעס וואָס ער האָט אויסגערעכנט, געוואָרן דער יסוד פֿון דער נײַער, צוויי־בענדיקע ענציקלאָפּעדיע אויף ענגליש — „Encyclopedia of Jewish Folkore and Traditions‟, אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿ׳ חיה בר־יצחק פֿון חיפֿה־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרלאַג M.E. Sharpe האָט זי אַרויסגעגעבן.

אין איר אַרײַנפֿיר באַהאַנדלט בר־יצחק די אַלטע קשיא — מיט וואָס איז דער ייִדישער פֿאָלקלאָר אַנדערש פֿון אַנדערע פֿאָלקלאָרן? זי קומט צום אויספֿיר, אַז 1) די צעשפּרייטונג פֿון די ייִדן איבער דער וועלט האָט דערפֿירט צו פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקלאָר. מע קען נישט רעדן פֿון איין ייִדישער פֿאָלקס־קולטור, נאָר גיכער ׳ייִדישע קולטורן׳. 2) ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם ערשטן פּונקט, האָט זיך אַנטוויקלט דער ייִדישער פֿאָלקלאָר אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. 3) צוליב דעם, וואָס ס’רובֿ ייִדן לערנען זיך ווי צו לייענען און שרײַבן, שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע דער געשריבענער טעקסט אין דער שאַפֿונג און פֿאַרשפּרייטונג פֿון פֿאָלקלאָר. אויב איר וועט פֿרעגן — וואָס איז די גדולה מכּוח קענען לייענען און שרײַבן? דאַרף מען געדענקן, אַז שריפֿטיקייט ווי די נאָרמע אין דער געזעלשאַפֿט איז אַ רעלאַטיוו נײַער פֿענאָמען. בײַ ייִדן אָבער איז דאָס קענען לייענען יאָ געווען די נאָרמע.

ווען מע גיט אַ טראַכט, למשל, וועגן קמיעות קעגן שדים און בייזע רוחות, זענען פֿאַראַן בײַ אַלע פֿעלקער, ייִדן בתוכם, קמיעות פֿון דער נאַטור — רויט־קאָליר, עפּעס פֿון אײַזן, געוויסע שטיינער — אָבער בײַ ייִדן ניצט מען אויך קמיעות מיט אַ געשריבענעם טעקסט, מיט אַ באַפֿעל, אַז לילות און איר מחנה זאָלן נישט קענען אַרײַנקומען אין שטוב. אַפֿילו לילות קען לייענען.

די ענציקלאָפּעידע איז אַן אַרומנעמיקע, און מע קען דאָ געפֿינען סײַ בעל־פּה־פֿאָלקלאָר: לידער, רעטענישן, ווערטלעך, מעשׂיות; סײַ וויזועלן פֿאָלקלאר און פֿאָלקסקונסט — בגדים, מאכלים, חנוכּה־לעמפּלעך, א״אַוו; סײַ גלייבענישן און מינהגים. די אויסגאַבע נעמט אַרײַן נישט בלויז דעם פֿאָלקלאָר פֿון אַמאָל, נאָר באַמיט זיך אויך צו זײַן הײַנטצײַטיק; די פּאָזיציע פֿון „פֿאָלקלאָר פֿונעם קיבוץ‟, למשל, איז נישט קיין קליינע.

די „פֿאָלקלאָר ענציקלאָפּעדיע‟ קען מען אויך ניצן, כּדי צו פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער פֿאָלקלאָר־שטודיע בײַ ייִדן. זי דעקט די אינסטיטוציעס וואָס האָבן געפֿאָרשט דאָס פֿעלד, ווי דער ייִוואָ און „ישׂראלדקער פֿאָלקלאָר־אַרכיוו‟, ווי אויך די ייִדישע פֿאָלקלאָר־זשורנאַלן און צײַטשריפֿטן, ווי „רשומות‟, „ידע־עם‟ און „עדות‟. די ביאָגראַפֿיעס פֿון וויכטיקע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, ווי י. ל. כּהן און מאַקס גרונוואַלד האָט מען אויך אַרײַנגענומען, און דאָס איז בפֿירוש געווען אַ גוטער אײַנפֿאַל, ווײַל די ביאָגראַפֿישע פּרטים איז אָפֿט מאָל שווער צו געפֿינען. אָבער נישט אַלע באַשלוסן אין דער קאַטעגאָריע זענען מיר קלאָר; דהײַנו, וווּ זענען חנה מלאָטעק און בינה סילווערמאַן־ווײַנרײַך? מע קען זיי געפֿינען אין דער פּאָזיציע „אַנטאָלאָגיע‟, אָבער, מיר דאַכט, אַז עס קומט זיי באַזונדערע אַרטיקלען.

בלעטערנדיק די צוויי בענד געפֿינט מען אויס אַ וווּנדערלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאָלקלאָר. איך האָב נישט געוווּסט, אַז די שׂימחת־תּורה- פֿאָן ווערט דערמאָנט צום ערשטן מאָל אין 1672 בײַ די פּוילישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם. דאָס ליכטל אויף דער פֿאָן האָט מען געבעטן נישט ניצן, צוליב מורא, אָז ס’וועט זיך אָנצינדן אַ פֿײַער אין שיל. איך האָב אויך אויסגעפֿונען אינעם עסיי וועגן שדים, אַז אין ירושלים איז נאָך פֿאַראַן אַ מינהג, אַז די זין טאָרן נישט קומען אויפֿן טאַטנס לוויה, צוליב די שדים, וואָס זענען אפֿשר געבוירן געוואָרן, אַ דאַנק דעם פֿאַרשטאָרבענעם טאַטן.

אַ טייל פֿון די אַנדערע אַרטיקלען זענען געאָגראַפֿיש־אָריענטירט. אינעם אַרטיקל וועגן „די ייִדן פֿון קאַנאַדע‟ און זייער פֿאָלקלאָר, שרײַבט מען וועגן די פּרנסות פֿון די ערשטע ייִדן אין לאַנד, בפֿרט וועגן דעם „שמאַטע־געשעפֿט‟. וואָס שייך קאַנאַדער ייִדישע מאכלים, שרײַבט מען וועגן די „שריצלעך‟ (זעמל מיט בלויע יאַגדעס, אָפֿענעס) און די געשמאַקע, באַרימט מאָנטרעאַלער בייגל.

אפֿשר וועט מען זיך חידושן צו געפֿינען די שרײַבער מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם, צווישן אַנדערע שרײַבער, אין אַ פֿאָלקלאָר־ענציקלאָפּעדיע. איך בין נישט איבערצײַגט, אַז זיי געהערן טאַקע צו די בענד. זיכער האָט די נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט דער פֿאָלקס־קולטור און פֿאָלקסשפּראַך באַליבט געמאַכט שלום־עליכם און מענדעלע, אָבער זייער ווערק איז נישט פֿאָלקלאָר.

לאַנג לעבן זאָל דער אינדעקס צום באַנד! אָן דעם וואָלט דער לייענער וואָס קען נישט די פֿאָלקאָרישע טערמינאָלאָגיע אַרומגעבלאָנדזשעט. וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן צו זוכן פֿאָלקס-מעשׂיות אונטער דעם אות “W” פֿאַרן וואָרט Wondertales? קיין אַרטיקל פֿאַר די ווערטער “tale” אָדער “folktale” איז נישט פֿאַראַן. די אינפֿאָרמאַציע וואָס מע זוכט קען מען געוויינטלעך געפֿינען, אָבער מע דאַרף ניצן דעם אינדעקס צום סוף. אָן דעם גייט עס נישט.

אַ גוטער אײַנפֿאַל זענען די הוספֿות צום סוף פֿון באַנד 2: באַשרײַבונגען פֿון די וויכטיקסטע מקורים פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס-ליטעראַטור — פֿון תּנ״ך, חז”ל, זאַמלונגען פֿון מיטל־עלטער, ווי אויך אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, פֿאָלקס־מעשׂה, פֿאָלקסלידער, יום־טובֿים־מינהגים, במשך פֿון יאָרהונדעטער. די אַרטיקלען זענען זעלטן אילוסטרירט, אָבער קאָלירטע בילדער אין מיטן פֿון ביידע בענד מאַכן דאָס ווערק מער „לעבעדיק‟.

די Encyclopedia of Jewish Folklore and Traditions איז אַ גוט רעפֿערענץ־ווערק, און וועט ווײַזן דעם פֿאַראינטערעסירטן לייענער און סטודענט דעם וועג פֿאַר ווײַטערדיקער פֿאָרשונג אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר.