מוסולמעניש-ייִדישע קאָנפֿערענץ

Muslim-Jewish Conference in Sarajevo

ייִדן זאָגן קדיש בײַ די קבֿרים פֿון די אומגעקומענע מוסולמענער, דערהרגעט אין סרעברעניצע אינעם יאָר 1995
Courtesy CMJ
ייִדן זאָגן קדיש בײַ די קבֿרים פֿון די אומגעקומענע מוסולמענער, דערהרגעט אין סרעברעניצע אינעם יאָר 1995

פֿון איתי ראובֿני (ייִט״אַ)

Published August 07, 2013, issue of August 30, 2013.

סאַראַיעוואָ, באָסניע-הערצאָגאָווינע. — סאַראַיעוואָ איז אַ שטאָט מיט אַ רײַכער געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע קולטורן. דאָס איז אָבער אויך אַן אָרט, וואָס טראָגט נאָך אַלץ די „שראַמען‟ פֿון מלחמה. בעת אַ קורצן שפּאַציר איבער דער הויפּטשטאָט פֿון באָסניע-הערצאָגאָווינע, וועט איר זען אַ סך צווינטערס און פֿון קוילן צעשעדיקטע ווענט.

אין סאַראַיעוואָ, שטייען די מאַיעסטעטישע קלויסטערס צוזאַמען מיט מעטשעטן און שילן. דערפֿאַר, האָבן 100 ייִדן און מוסולמענער פֿון 39 לענדער באַשלאָסן זיך דאָרטן טרעפֿן אין יולי אויף אַ צווישן-רעליגיעזער אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט דורך דער „מוסולמעניש-ייִדישער קאָנפֿערענץ‟. איך בין נישט געווען זיכער, צי איך זאָל זיך באַטייליקן אין אַזאַ קאָנפֿערענץ. זײַענדיק אַ וועלטלעכער ישׂראלדיקער ייִד, אַ סאָלדאַט-רעזערוויסט און אַ ציוניסט, האָב איך געטראַכט, אַז כ׳וועל זײַן אַרומגערינגלט מיט אַנטי-ישׂראלדיקע פּאָליטישע אַקטיוויסטן.

ווען איך בין געקומען צו דער קאָנפֿערענץ, האָב איך זיך גלײַך באַרויִקט, שמועסנדיק מיט יונגע מענער און פֿרויען פֿון פּאַקיסטאַן, סאַודיע, תּימן און עגיפּטן, ווי אויך מיט די אייראָפּעיִשע מוסולמענער און ייִדן פֿון אַרום דער וועלט. יעדער באַטייליקטער האָט געהאַט אַן אייגענע אוניקאַלע פּערספּעקטיוו, וואָס שייך פּערזענלעכע קאָנפֿליקטן, האַסלעכע דיבורים, באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען, אָדער רעליגיע. פֿונדעסטוועגן, האָבן די אָנטיילנעמער גובֿר געווען זייערע סטערעאָטיפּן און חשדים.

במשך פֿון אַ וואָך, האָבן די באַטייליקטע, ייִדן און מוסולמענער פֿון כּלערליי שיכטן, פֿאַרגעסן פֿון זייערע נעגאַטיווע געפֿילן, און האָבן פֿרײַנטלעך באַטראַכט פֿאַרשיידענע טעמעס. דאָס הייסט נישט, אַז אַלץ איז געווען „פּאַרעווע‟. מענטשן האָבן געפֿרעגט שאַרפֿע און שווערע קשיות, פֿירנדיק הייסע און אָנגעשטרענגטע דעבאַטן. אַ צאָל גרופּעס, וועלכע זענען געשטימט קעגן צווישן-רעליגיעזע דיאַלאָגן, האָבן באַשולדיקט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ אין געוויסע באַהאַלטענע פּאָליטישע נטיות. נישט געקוקט אויף דעם, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו דערקלערן די יונגע מוסולמענער מײַן ייִדיש-ציוניסטישע פּאָזיציע.

אין ישׂראל, וואָלט געווען כּמעט אינגאַנצן אוממעגלעך דורכצופֿירן אַזאַ אונטערנעמונג, נישט שטעלנדיק דעם אַקצענט אויף דעם ישׂראל-אַראַבישן קאָנפֿליקט. די קאָנפֿערענץ אין סאַראַיעוואָ האָט אָבער געוויזן, אַז אַזאַ דיאַלאָג איז יאָ מעגלעך. אַן ישׂראלי האָט געשמועסט מיט אַ פּאַקיסטאַנער, אַ שיִיִט — מיט אַן אַמעריקאַנער ייִד; די באַטייליקטע ייִדן האָבן געזאָגט קדיש בײַ די קבֿרים פֿון די טויזנטער אומגעקומענע מוסולמענער, דערהרגעט אין סרעברעניצע בעת דער באַלקאַנער מלחמה, אינעם יאָר 1995.

פֿרײַטיק זענען מיר געגאַנגען אין אַ מעטשעט און שבת — אין אַ שיל. בײַם סוף פֿון דאַוונען, האָב איך זיך געוואָנדן צו מײַן פּאַקיסטאַנער פֿרײַנד: „אָסאַמאַ, שבתּ-שלום!‟