אַ נײַע סטראַטעגיע פֿון געמישטע חתונות

A New Strategy After Intermarriage

פֿון JTA אוריאל הײַלמאַן

Published August 08, 2013, issue of August 30, 2013.

מאַרק צוקערבערג, דער גרינדער פֿון „פֿייסבוק”, מיט זײַן כינעזישער כּלה
מאַרק צוקערבערג, דער גרינדער פֿון „פֿייסבוק”, מיט זײַן כינעזישער כּלה

ווען אַמעריקעס גרעסטע ייִדישע פֿעדעראַציע האָט לעצטנס צוזאַמענגערופֿן די ערשטע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע, ווי צוצוציִען משפּחות פֿון געמישטע חתונות, האָט עס בכלל נישט אַרויסגערופֿן קיין שום קאָנטראָווערסיע. נישט לאַנג צוריק וואָלט מען געזעסן שיבֿעה בײַ אַ געמישטער חתונה. אין 1990, מיט אַ דור צוריק, האָט אַ לאַנדישע אַנקעטע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג געוויזן, אַז 52% פֿון דער יוגנט האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן, אַ גוואַלדיק הויכע סטאַטיסטיק. אַ ווײַטערדיקע פֿאָרשונג האָט די צאָל פֿאַרקלענערט אויף 43%, אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, זענען געמישטע חתונות און אַסימילאַציע געוואָרן די עיקר־פּראָבלעם און הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן האָט מען אויסגעגעבן צו בויען אַ שטאַרקערע ייִדישע אידענטיטעט, מיט דער האָפֿענונג, אַז דאָס וועט אָפּשטעלן די געמישטע חתונות.

20 יאָר שפּעטער רעדט מען שוין נישט ווי צו באַקעמפֿן געמישטע חתונות, נאָר ווי אַזוי די ייִדישע אינסטיטוציעס זאָלן מקרבֿ זײַן די ייִדן און נישט־ייִדן פֿון אַזוינע חתונות. „ס‘איז קלאָר, אַז די ייִדישע קהלישע באַציִונג צו דער פּראָבלעם האָט זיך געביטן‟, האָט געזאָגט דוד מלאך, אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער „קאָמיסיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק‟, בײַ דער ניו־יאָרקער „ייִדישער פֿעדעראַציע‟, וועלכע האָט אין יוני אָרגאַניזירט די איין־טאָגיקע קאָנפֿערענץ פֿאַר משפּחות פֿון געמישטע חתונות. „ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער אַנקעטע פֿון די 1990ער יאָרן פֿאַרשטייען מיר הײַנט, אַז אין דער פֿרײַער אַמעריקע האָט מען באַשלאָסן צו זײַן ייִדן, טאָ לאָמיר זיך אַוועקזעצן מיט דעם טייל פֿון דער קהילה און זיי געבן אַזאַ מעגלעכקייט.‟

אין 1973 האָבן די ראַבינערס פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג — „די צענטראַלע קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער רבנים‟ — דערקלערט, אַז זיי זענען קעגן דעם, אַז זייערע ראַבינערס זאָלן געבן חופּה וקידושין פֿאַר געמישטע פּאָרלעך. הײַנט, איז שוין גרייט אַ העלפֿט פֿון די ראַבינערס צו געבן חופּה וקידושין אין אַזוינע פֿאַלן. הרבֿ אַהרן פּאַנקען, דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם ראַבינער־סעמינאַר בײַ דער רעפֿאָרם־באַוועגונג — „היברו־יוניאָן־קאָלעדזש‟ — האָט גערעדט מיט איט״אַ, און דערציילט, אַז מע באַטראַכט ערנסט אָפּצושאַפֿן די שול־פּאָליטיק נישט אַרײַנצולאָזן סטודענטן פֿון געמישטע חתונות. אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג איז שוין נישט קיין חידוש צו זען נישט־ייִדן אויף דער בימה בײַ אַ בר־מיצווה. עטלעכע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס לאָזן שטימען די נישט־ייִדישע מיטגלידער. אָפֿיציעל, טאָרן נישט די ראַבינערס פֿון דער באַוועגונג אָנפֿירן בײַ דער חופּה פֿון אַ געמישטער חתונה, און אַפֿילו נישט קומען ווי אַ גאַסט. אומאָפֿיציעל, אָבער, זעט מען זיי יאָ אויף אַזוינע חתונות, ווי געסט. „קיינער האָט זיך דערווײַל נישט באַקלאָגט, וואָס מע האָט געזען אונדזערס אַ ראַבינער אויף אַ געמישטער חתונה‟, זאָגט די ראַבינערטע דזשולי שאָנפֿעלד, די עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון דער „ראַבינער־אַסאַמבלעע‟.

אַפֿילו אין דער פֿרומער וועלט, באַטראַכט מען הײַנט דעם געדאַנק פֿון אויסמײַדן אין גאַנצן די, וואָס האָבן חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן, ווי נישט פּראָדוקטיוו, אויב מע וויל פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט בײַ ייִדן. „עס זענען דאָך די אַזוי פֿיל געמישטע חתונות, אַז ס‘איז געוואָרן נאַריש אַוועקצודרייען דעם קאָפּ פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט נישט־ייִדן‟, זאָגט אַבֿי שאַפֿראַן, דירעקטאָר פֿון קהלישע ענינים בײַ דער „אגודת־ישׂראל‟. „אַ מאָל האָט אַ געמישטע חתונה געמיינט, אַז דער ייִד וואַרפֿט אָפּ זײַן ייִדישקייט. דאָס איז שוין יאָרצענדליקער נישט אמת.‟

כאָטש אַ לאַנדישע אַנקעטע בנוגע דעם ענין איז לאַנג נישט דורכגעפֿירט געוואָרן, האַלט מען, אַז הײַנט וואַקסט די צאָל געמישטע חתונות. אין אַן אַנקעטע פֿון 2008 פֿון דער „פּיו־פֿאָרום וועגן רעליגיע‟, אין וועלכער מע האָט אויסגעפֿרעגט וועגן חתונות בײַ אַלע רעליגיעס פֿון אַמעריקע, האָט מען אויסגעפֿינען, אַז אַ דריטל פֿון אַלע חתונות, נישט נאָר ייִדישע, זענען געמישטע, אָבער בײַ די ייִדן קומען פֿאָר מער געמישטע חתונות ווי בײַ אַנדערע.

וואָס טוט מען? בלויז אַ דריטל פֿון די קינדער פֿון געמישטע חתונות וועלן אויפֿוואַקסן ווי ייִדן, לויט אַן אַנקעטע פֿון 2001, דאַרף מען זיך פֿאַרבונדן מיט די פּאָרלעך פֿון די געמישטע חתונות און זיך באַמיִען, זיי זאָלן זיך דערנענטערן צו ייִדישקייט. אַזוי איז די סטראַטעגיע פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג ביז חב״ד (געוויסע חרדישע גרופּעס זענען נישט מסכּים מיט דעם). דער ציל איז דעריבער, אַז דער נישט־ייִדישער מאַן, אָדער נישט־ייִדישע פֿרוי, זאָלן זיך מגייר זײַן.

מער פֿון אַלץ האָט דער בײַט אין דער באַציִונג צו געמישטע חתונות אויך געביטן די מיינונג, אַז אַ געמישטע חתונה איז נישט קיין אָנווער פֿאַר דער ייִדישער קהילה, נאָר אַ פּאָטענציאַל געווינס, צוליב דעם מעגלעכן מגייר זײַן פֿונעם נישט־ייִדישן מאַן/פֿרוי אָדער קינדער. „אַז מען האָט חתונה געהאַט מיט אַ נישט־ייִד, באַטײַט דאָס נישט, אַז מען איז אַוועק פֿון ייִדישקייט‟, באַטאָנט הרבֿ מנחם פּענער, אַמטירנדיקער דעקאַן בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟. „מיר דאַרפֿן כּסדר איבערקלערן וואָס איז די בעסטע סטראַטעגיע, ווי זאָל די קהילה רעאַגירן אויף דעם? מיר ווילן נישט, חלילה, אַז דער וואָס האָט חתונה געהאַט זאָל אַלץ אַוועקוואַרפֿן, ווײַל זי/ער האָט נישט חתונה געהאַט מיט אַ ייִד.