דרשה־געשאַנק פֿאַר נײַע עולים

Aliyah Wedding Gifts

Courtesy of „Nefesh B‘Nefesh‟

פֿון פּרעסע־קאָמוניקאַט

Published August 09, 2013, issue of August 30, 2013.

דעם 7טן אויגוסט האָט די אָרגאַניזאַציע „נפֿש בנפֿש‟, וועלכע שטרעבט אַרײַנצוברענגען מער ייִדן קיין ישׂראל, געמאָלדן די געווינער פֿונעם „קאָנקורס פֿון דרשה־געשאַנק‟.

25 יונגע פּאָרפֿעלקער, וועלכע פּלאַנירן עולה צו זײַן קיין ישׂראל אינעם יאָר 2013, וועלן באַקומען גרויסע מתּנות, וואָס וועלן זיי העלפֿן אָנצוהייבן דאָס לעבן אינעם נײַעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע שטוב-מכשרים, מעבל פֿון דער פֿירמע „Ikea‟ און דעם גרעסטן פּריז פֿון 10,000 דאָלאַר.

„נפֿש בנפֿש‟ האָט אָרגאַניזירט דעם פֿאַרמעסט, כּדי אַרויסצורופֿן מער אינטערעס צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן צו דער אידעע פֿון אַ מעגלעכער עמיגראַציע קיין ישׂראל. די באַטייליקטע האָבן דערציילט וועגן זייערע „עליה-חלומות‟ אויפֿן „פֿייסבוק‟, „טוויטער‟ און אַנדערע סאָציאַלע נעצן. לויט דער צאָל פּאָזיטיווע אָפּרופֿן, וואָס די באַטייליקטע האָבן באַקומען פֿון זייערע פֿרײַנד, קרובֿים און שטיצער אויף דער אינטערנעץ, האָבן די קאָנקורס-אָרגאַניזאַטאָרן באַשטימט די געווינער. בסך-הכּל, האָבן די פֿאַרמעסט-אָנטיילנעמער באַקומען 43 טויזנט שטימען.

מעלאָדי מאָסטאָוו און אַבֿי קאָווען פֿון פּיצבורג, שטאַט פּענסילוועניע, האָבן באַקומען 10,002 אָפּרופֿן-שטימען און געוווּנען דעם גרעסטן פּריז — 10,000 דאָלאַר. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך געטראָפֿן אין ישׂראל און פּלאַנירט אַוועקצופֿאָרן אַהין ביז סוף אויגוסט. די קומענדיקע וואָך קלײַבן זיי זיך חתונה צו האָבן.

די כּלה האָט געזאָגט, אַז בײַ איר האָט דער הײַנטיקער חודש זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנץ „געווירבל‟ פֿון שׂימחות און סורפּריזן: די חתונה, די קומענדיקע עליה און די גרויסע געלט-מתּנה — אַלץ במשך פֿון 23 טעג.

נאָך 20 פּאָרפֿעלקער האָבן געוווּנען דעם צווייטן פּריז — אַ קופּאָן אויף 1,000 דאָלאַר אײַנצוקויפֿן דאָס מעבל אין „Ikea‟. דרײַ פּאָרפֿעלקער האָבן געוווּנען דעם דריטן פּריז: אַ פּריוואַטן טור איבער די ישׂראלדיקע ווײַנגערנטער מיט אַ וועטשערע. אַלע פּריזן זענען קומולאַטיוו; די געווינער פֿון די גרעסערע מתּנות וועלן אויך באַקומען די קלענערע. אַחוץ דעם, וועלן אַלע געווינער באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט אויף 50 דאָלאַר, צו קויפֿן עפּעס אַ שטוב-מכשיר.

די אָרגאַניזאַטאָרן און שטיצער פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן געשאַפֿן אַ ליסטע פֿון הונדערטער צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו באַזעצן זיך אין ישׂראל. מאַרק ראָזענבערג, דער דירעקטאָר פֿון עליה-צוגרייטונגען בײַ „נפֿש בנפֿש‟, האָט געלויבט די באַטייליקטע און זייערע שטיצער, און באַטאָנט, אַז דער קאָנקורס האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן דעם עליה-געדאַנק דורך דער אינטערנעץ.