„לעבענסרוים‟

Lebensraum

בערלינער קינדער באַגריסן די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל
Getty Images
בערלינער קינדער באַגריסן די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 09, 2013, issue of August 30, 2013.

פֿאַר אַ יאָרן האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז איך האָב געדאַרפֿט פֿריִער זײַן אין גרײַפֿסוואַלד, וואָס איז אַן אַלטע שטאָט אין צפֿון-דײַטשלאַנד, און גלײַך דערנאָך – אין רעגענסבורג, דער אַלטער הויפּטשטאָט פֿון בײַערן. בין איך געפֿאָרן מיט אַ באַן אין משך פֿון נײַן שעה און געהאַט גענוג צײַט זיך אָנצוקוקן אויף דער דײַטשישער לאַנדשאַפֿט. אין צפֿון, אין דעם געוועזענעם קאָמוניסטישן טייל, איז די באַן געפֿאָרן דורך ווייניק באַפֿעלקערטע געגנטן. אַ פּאָר מאָל האָב איך געזען הירשן, וואָס זײַנען געשטאַנען נאָענט צו די רעלסן און פֿאַרגליווערט געקוקט, איבערגעשראָקן צי פֿאַרחידושט, אויף די פֿאַרבײַפֿליִענדיקע וואַגאָנען.

ס’איז באַוווּסט, אַז מיזרח-דײַטשלאַנד האַלט אין איין פֿאַרלירן תּושבֿים. זינט דער מיזרח-מערבֿדיקער פֿאַראייניקונג, איז די באַפֿעלקערונג קלענער געוואָרן אין מיזרח אויף 1.6 מיליאָן נפֿשות. איך געדענק (און, דאַכט זיך, געשריבן וועגן דעם) ווי מיט אַ יאָר זיבן צוריק האָבן מײַנע אַקאַדעמישע וועגן מיך פֿאַרטראָגן קיין פֿראַנקפֿורט-אויף-אָדער, וואָס געפֿינט זיך גלײַך אויף דער גרענעץ מיט פּוילן. איך האָב דאָרטן דערזען אַ שטאָט, וווּ עס שטייען אויסגעליידיקטע, גרויסע דירה-הײַזער, מיט פֿינצטערע פֿענצטער. אין דײַטשלאַנד איז דאָ אַ גאַנצע פּראָגראַם, לויט וועלכער מע נעמט אַראָפּ בנינים אין די געגנט, וווּ קיין אײַנוווינער זײַנען ניט פֿאַרבליבן, אַן ערך אַזוי ווי מע מוז עס טאָן אין דעטרויט.

תּושבֿים פֿאַרלירט מען ניט נאָר אין מיזרח-דײַטשלאַנד. דעמאָגראַפֿיש האַלט עס שמאָל אין דײַטשלאַנד בכלל. די דײַטשן ווילן ניט קינדלען זיך, דער מצבֿ איז אין דעם זין איינער פֿון די ערגסטע אין גאַנץ אייראָפּע. הײַנט וווינען אין לאַנד 80.2 מיליאָן נפֿשות – אַזעלכע סך-הכּלען האָט געבראַכט די פֿאָלקסציילונג, דורכגעפֿירט אין מײַ 2011. טאָמער די איצטיקע טענדענץ וועט זיך האַלטן ווײַטער, קען די דײַטשישע באַפֿעלקערונג פֿאַלן ביז 70–74 מיליאָן אין יאָר 2050. דערצו וועט אַ דורכשניטלעכער דײַטש ווערן עלטער, עס וועלן בלײַבן בלויז 36–39 מיליאָן לײַט אין עלטער 20–64, דאָס הייסט די וואָס זײַנען בדרך-כּלל פֿעיִק צו אַרבעטן. הײַנט איז זייער צאָל אַרום 50 מיליאָן.

הקיצור, רעדט מען שוין ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן קיין שום Lebensraum, וואָס איז געווען איינע פֿון די באַליבטסטע טעמעס פֿון די נאַציסטן. נאָך מער, איז די טעמע פֿון ראַסן-רייניקייט אויך אין גאַנצן ניט אַקטועל, אָדער אַקטועל בלויז פֿאַר פּאַראַנאָיִשע נאַציאָנאַליסטן: די זעלבע פֿאָלקסציילונג האָט געוויזן, אַז כּמעט יעדער פֿינפֿטער דײַשטישער תּושבֿ שטאַמט פֿון אויסלאַנד. דאָס מיינט אַז אַזאַ מענטש איז אָדער געקומען פֿון אויסלאַנד אין יאָר 1955 (ווען מערבֿ-דײַטשלאַנד איז געוואָרן אין גאַנצן אומאָפּהענגיק פֿון די אָקופּירנדיקע אַדמיניסטראַציעס) אָדער שפּעטער, אָדער איינער פֿון די עלטערן געהערט צו אָט דער קאַטעגאָריע אימיגראַנטן. דעם גרעסטן חלק פֿון אַזעלכע “אויסלענדער” האָבן הײַנט די שטעט האַמבורג (27.5 פּראָצענט) און בערלין (23.9), בעת אין מיזרח-דײַטשלאַנד איז עס קלענער פֿון 5 פּראָצענט.

מיט עטלעכע יאָר צוריק בין איך אַוועק זיך אונטערשערן אין דער בערלינער געגנט קרויצבערג, וווּ איך האָב דעמאָלט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר וואָכן, זוכנדיק פֿאַרשיידענע זאַכן אין דער בערלינער ביבליאָטעק. דער פֿריזירער איז געווען אַן עטלעכע-און-דרײַסיק-יאָריקער טערק, זייער אַ באַריידעוודיקער. ער איז שוין געווען אַ דײַטשישער בירגער (אין 1993 האָט מען אַזאַ מעגלעכקייט געגעבן די אין־דײַטשלאַנד־געבוירענע קינדער פֿון אימיגראַנטן) און האָט זיך געגרויסט מיט דעם וואָס זײַנע קינדער האָבן גערעדט דײַטש בעסער פֿון טערקיש. ער האָט מיר געזאָגט: “איר ווייסט פֿאַר וואָס האָבן זיי אונדז געגעבן בירגערשאַפֿט? ווײַל זיי פֿוילן זיך צו האָבן קינדער. אָן אונדז וועלן זיי פּשוט אויסשטאַרבן.”

לעצטנס האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דאָקומענט, וואָס ווײַזט, אַז העלמוט קיאָל, ווען ער איז אין יאָר 1982 געוואָרן דער קאַנצלער פֿון דײַטשלאַנד, האָט ערנסט פּלאַנירט פּטור ווערן פֿון אַ העלפֿט פֿון די טערקישע אימיגראַנטן, ווײַל זיי האָבן זיך שלעכט אינטעגרירט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, אַ סך ערגער פֿון אַנדערע אימיגראַנטן. באַזונדערס גוט האָבן זיך אינטעגרירט די 11 מיליאָן אויסלענדישע דײַטשן, וועלכע זײַנען געקומען קיין דײַטשלאַנד פֿון מיזרח-אייראָפּע, פֿון וואַנען מע האָט זיי אַרויסגעטריבן אין די יאָרן נאָך דער מלחמה. אָבער דער דאָזיקער פּלאַן איז געבליבן ניט רעאַליזירט. נאָר אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל טערקן האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף די געלט-קאָמפּענסאַציעס, וועלכע זיי האָבן געקענט באַקומען בײַם רע-עמיגרירן צו זיך אַהיים. בינו-לבינו, האָט זיך געביטן צום בעסטן די באַציִונג צו טערקן אין דײַטשלאַנד בכלל און בײַ קיאָלן בפֿרט. אין יאָר 2000 איז ער געפֿאָרן קיין איסטאַמבול, אויף דער חתונה פֿון זײַן זון מיט אַ טערקישער פֿרוי.

וואָס שייך דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דײַטשלאַנד, איז עס אָפּהענגיק פֿון דעם ווי אַזוי מע פֿירט דעם חשבון. מע איז זיכער וועגן אַריבער 110 טויזנט נפֿשות, ווי אויך וועגן לכל-הפּחות אַ פּאָר צענדליק טויזנט ישׂראלים וואָס האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד. אָבער דערצו זײַנען דאָ צענדליקער טויזנטער וועלטלעכע ייִדן, ווי אויך האַלבע ייִדן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער לעצטער “מאָדע” פֿון דײַטש-ייִדיש-אָפּשטאַמיקע ישׂראלים און אַמעריקאַנער צו ווערן דײַטשישע בירגער. בסך-הכּל, וואַקסט דערווײַל די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דײַטשלאַנד גיכער איידער אין אַנדערע לענדער.