צווייטער מוזיי אין אָדעס

Second Jewish Museum for Odessa

אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג בײַם ערשטן מוזיי, וואָס מע האָט געעפֿנט אין יאָר 2002
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג בײַם ערשטן מוזיי, וואָס מע האָט געעפֿנט אין יאָר 2002

פֿון ייִט״אַ

Published August 11, 2013, issue of August 30, 2013.

אַ גרופּע חב״ד־אַקטיוויסטן אין אָדעס האָט געמאָלדן, אַז די שטאָט וועט אין גיכן געניסן פֿון אַ צווייטן ייִדישן מוזיי.

בערל קאַפּולקין, אַ חב״ד־שליח אין אָדעס, האָט דערקלערט, אַז דער „ייִדישער מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער‟ וועט זיך געפֿינען אויף דער דעריבאַסאָווסקאַיאַ־גאַס אינעם האַרץ פֿון דער אַלטער שטאָט, גיט איבער די נײַעס־וועבזײַט ׳אָדעסקאַיאַ זשיזני‟.

דער דירעקטאָר וועט זײַן פּאַוועל קאָזלענקאָ, דער געוועזענער הויפּט פֿונעם „אָדעסער חורבן־מוזיי‟.

„די באַזוכער וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו זען די וועלט דורך די אויגן פֿון די אָדעסער ייִדן,‟ האָט קאָזלענקאָ באַמערקט.

אין 1939, זענען בערך 30% פֿון די 600,000 אײַנוווינער פֿון אָדעס געווען ייִדן, לויט דעם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן. די האַוון־שטאָט אויפֿן שוואַרצן ים האָט געדינט ווי אַ וויכטיקער צענטער פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן און ציוניסטישן אַקטיוויזם. לויט „יד־ושם‟, זענען 99,000 אָדעסער ייִדן אומגעקומען אינעם חורבן, דורך די נאַציס און זייערע רומענישע קאָלאַבאָראַטאָרן.

הײַנט געפֿינען זיך אין דער שטאָט בערך 45,000 ייִדן, לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟.

אין 2002 האָט דער „מגדל ייִדישער קהילה־צענטער‟ געעפֿנט אַ קליינעם ייִדישן מוזיי אין אָדעס. דער מוזיי געפֿינט זיך אין אַ דירה פֿון בערך 1,700 קוואַדראַטפֿוס און האָט אַ קאָלעקציע פֿון אַרום 7,000 חפֿצים. ער ווערט אָנגעפֿירט דורכן היסטאָריקער, מיכאַיִל ראַקאָוועצקי.

די ייִדישע קהילה פֿון סעוואַסטאָפּאָל, אַ צווייטע אוקראַיִנישע שטאָט אויפֿן שוואַרצן ים, האָט בדעה, במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר חדשים, צו עפֿענען אַ נײַע דרײַ־שטאָקיקע שיל.