אַ געשיכטע פֿון די ווערטער פֿאַר „קעז‟

A History of Words for Cheese


פֿון הערשל גלעזער

Published August 13, 2013, issue of August 30, 2013.

אַז מע רעדט וועגן מילעכיקס, מוז מען אויך אַרומרעדן קעז. דאָס איז אַ מאכל וואָס מע מאַכט ממש אויף הונדערטער אופֿנים און וואָס מע האָט אָנגעהויבן מאַכן פֿאַר צײַטנס, אַ פּנים — פֿון דער צײַט וואָס מע האָט אָנגעהויבן מעלקן בהמות. קעז מאַכט מען פֿון מילעך וואָס איז גערונען (זויער) געוואָרן — דהײַנו, ווען פֿונעם מילעך־צוקער ווערט מילעך־זײַערס (lactic acid בלע״ז). די פֿליסיקייט וואָס בלײַבט, סראָוועטקע (whey), גיסט מען אָפּ, בלײַבט איבער אַזאַ גליווער וואָס דערפֿון קען מען מאַכן קעז.

אין די לשונות וואָס מיר דערמאָנען בדרך־כּלל אין די אַרטיקלען זענען דאָ אַזש זעקס פֿאַרשיידענע שורשים מיטן טײַטש ‘קעז’. דאָס ייִדישע „קעז‟, דאָס דײַטשישע Käse, דאָס ענגלישע cheese, דאָס האָלענדישע kaas, ווי אויך דאָס שפּאַנישע queso מיטן פּאָרטוגאַלישן queijo וואַקסן אַלע פֿונעם לאַטײַנישן caseus. דער שורש דערפֿון איז פֿאַרבונדן מיטן סלאַוויש־שטאַמיקן „קוואַס‟ — אַ געטראַנק וואָס מע מאַכט פֿון, למשל, אַלט ברויט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער צד־השווה איז דאָס, וואָס סײַ זויער־מילעך (וואָס דערפֿון מאַכט מען קעז), סײַ קוואַס זענען זויער.

דער צווייטער שורש איז אויך אַ לאַטײַנישער. פֿונעם לאַטײַנישן formāticus ‘פֿאָרעם, פֿורעם’ נעמען זיך דאָס פֿראַנצייזישע fromage מיטן איטאַליענישן formaggio, וואָרן קעז מאַכט מען אָפֿט מאָל אין אַ פֿורעם (mold).

דער דריטער שורש, אַן עכט גערמאַנישער, לעבט עד־היום אין די סקאַנדינאַווישע לשונות: דעניש און שוועדיש ost ‘קעז’, אין תּוך אַרײַן ‘וואַסערדיקער קעז’ (אַזאַ וואָס האָט נישט קיין פֿאָרעם, וואָס מע מאַכט נישט אין קיין פֿורעם); זײַנע קרובֿים זענען דאָס לאַטײַנישע iūs, דער אָבֿ פֿונעם ענגלישן juice, און דאָס גרעקישע zymos ‘ראָשטשינע’. (אויף פֿראַנצייזיש הייסט „מצה” pain azyme — ‘נישט־געראָשטשינעט ברויט’.)

דער פֿערטער שורש איז דער סלאַווישער: פּויליש ser, טשעכיש sýr, סלאָוואַקיש און רוסיש syr. דאָס וואָרט קער זיך אָן מיטן אַדיעקטיוו וואָס איז טײַטש ‘רוי’ — פּויליש surowy, טשעכיש syrový, סלאָוואַקיש surový, רוסיש syroy — און איז עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן „זויער”, דײַטשישן sauer, ענגלישן sour. דאָ איז אויך שייך דאָס פֿריִער דערמאָנטע, סלאַוויש־שטאַמיקע „סראָוועטקע‟ (פּויליש serwatka, טשעכיש syrovatka אאַז”וו).

דער פֿיפֿטער שורש איז דער אַלט־גרעקישער tyros (הײַנט: tyri), וואָס קער זיך אָן מיטן לאַטײַניש־שטאַמיקן „טומאָר‟ ‘אָנוווּקס’. דער זעקסטער איז דאָס רומענישע brînză/brânză, וואָס די עטימאָלאָגיע דערפֿון איז נישט קלאָר, נאָר וואָס איז טײַטש אויף רומעניש ‘(סתּם) קעז’, בשעת אויף סלאָוואַקיש, למשל, איז עס (אויסגעלייגט bryndza) טײַטש דווקא ‘שעפּסענער קעז’.

צו די אַלע דאַרף מען צוגעבן דאָס אונגערישע sajt, פֿון טורקישן אָפּשטאַם; אויף אונגעריש איז דאָס וואָרט פֿאַר ‘פּרעסע’, ווידער, sajtó. כאָטש די מקורים באַשטעטיקן נישט מײַן ווײַטערדיקע השערה, ווילט זיך גלייבן, אַז די צוויי ווערטער זענען קרובֿישע, אַ והא־ראַיה: בײַם מאַכן קעז מוז מען אויסקוועטשן/אויספּרעסן דאָס וואַסער. דאָס לשון־קודשדיקע „גבֿינה‟, אַזוי ווי דאָס אַראַבישע „דזשובנ(אַ)‟, „זשיבנ(אַ)‟, איז אַן אַלט־סעמיטיש וואָרט.

אַ גאַנץ אַנדער משפּחה דאָ איז צוואָרעך, אַ מין קעז מיט אַ באַזונדערן נאָמען. דאָס איז אַ סלאַוויש־שטאַמיק וואָרט — טשעכיש tvaroh, פּויליש tvaróg, רוסיש tvorog. אפֿשר נעמט זיך דאָס ייִדישע פֿון טשעכיש, וואָרן דער h וואָרט־אויס רעדט מען אַרויס /כ/, פּונקט ווי אויף מאַמע־לשון; טשיקאַווע, וואָס פֿון -tv איז געוואָרן „צוו־„, אפֿשר ווײַל ייִדיש האָט אַ מאָל נישט פֿאַרטראָגן די קאָמבינאַציע /טוו/ (ביז הײַנט איז עס זעלטן; פֿאַראַן „תּבֿואה‟, „טוואַן‟ און נאָך אַ פּאָר). אויך אין דײַטשיש איז אַרײַן פֿון סלאַוויש אַזאַ וואָרט, אָבער איז נאָך מער פֿאַרהיימישט געוואָרן: Quark — פֿון -tv איז געוואָרן -qu (אַרויסגערעדט /kv/), דער צווייטער וואָקאַל איז אַוועק און פֿון h אָדער g (גיכער g) איז געוואָרן k. הייסט עס, אַז אין דײַטשיש קער דאָס וואָרט זײַן גאָר־גאָר אַלט, נאָך עלטער ווי אין ייִדיש.

וואָס פֿאַר אַ ווערטלעך האָבן מיר מיט „קעז‟?

אָפּלייגן איז נאָר גוט קעז ‘בעסער לייג נישט אָפּ דאָס וואָס דו קענסט טאָן איצט’

דעם גאַנצן קעז לייגט מען ניט אַרײַן אין איין קרעפּל/וואַרעניק ‘פֿאַרלאָז זיך נישט אויף איין מענטש/זאַך’

איין מויז עסט קעז און אויף אַלע זאָגט מען ‘ס’איז נישט יושרדיק צו באַשולדיקן אַ קאָלעקטיוו’ (די איראָניע איז דאָס, וואָס בײַ מײַז איז עס דווקא יאָ באַרעכטיקט).