טוריסטן בײַם היימישן טיש

A Homemade Meal Far From Home

נעמה שפֿי (אין מיטן) פֿאַרברענגט מיט אירע געסט פֿון סאַאָ־פּאַולאָ, שווייץ און קאָרעע, אין איר דירה אין מאַנהעטן
Eilon Paz
נעמה שפֿי (אין מיטן) פֿאַרברענגט מיט אירע געסט פֿון סאַאָ־פּאַולאָ, שווייץ און קאָרעע, אין איר דירה אין מאַנהעטן

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published August 15, 2013, issue of August 30, 2013.

אַ באַקאַנטע פּראָבלעם איז, אַז ווען טוריסטן קומען אין אַ פֿרעמד לאַנד, באַקענען זיי זיך, בדרך־כּלל, בלויז מיט אַנדערע טוריסטן. אַ שאָד, ווײַל זיי פֿאַרפֿעלן דערבײַ אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצוגעפֿינען וועגן דעם לעבן פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער, און פֿון דער געזעלשאַפֿט בכלל.

אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט דורך צוויי ישׂראלים, באַמיט זיך צו פֿאַרריכטן דעם טעות. EatWith פּאָרט צונויף די גאַסטגעבער מיט געסט פֿון איבער דער גאַנצער וועלט, כּדי זיי זאָלן קענען עסן אַ מאָלצײַט אין איינעם. אַזוי דערוויסט זיך דער גאַסט, אויף אַן אינטימען אופֿן, וועגן דעם לעבן און דער קולטור פֿון די אָרטיקע מענטשן, און דער גאַסטגעבער באַקענט זיך מיט מענטשן פֿון אַנדערע לענדער און קולטורן. אויב זיי געפֿעלן זיך, קענען זיי אויפֿהאַלטן די פֿאַרבינדונג אַפֿילו נאָכן מאָלצײַט.

די אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 2010, איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז מיט דרײַ וואָכן צוריק, די ערשטע וואָך אין אויגוסט, האָט מען עס אָנגעהויבן אין אַ צאָל אַנדערע שטעט איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט ניו־יאָרק, בערלין, ענגלאַנד און אַרגענטינע.

די סיסטעם אַרבעט אַזוי: אַ טוריסט וואָס פּלאַנירט אַ נסיעה קיין ניו־יאָרק, למשל, גייט צו דער וועבזײַט http://www.eatwith.com, קלײַבט אויס „ניו־יאָרק‟ פֿון דער רשימה שטעט, און דערבײַ עפֿענען זיך אויף פֿאַר אים די נעמען פֿון אַלע ניו־יאָרקער גאַסטגעבער, וועלכע האָבן זיך רעגיסטרירט בײַ EatWith. מע זעט נישט בלויז דעם נאָמען פֿון יעדן גאַסטגעבער, אָבער אויך פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע פֿריִערדיקע מאָלצײַטן; דער סאָרט פֿונעם מאָלצײַט, און דער פּרײַז וואָס יעדער גאַסט דאַרף באַצאָלן. צווישן די מעגלעכקייטן וואָס מע קען אויסקלײַבן זענען: „אַ יאַפּאַנישע קיך‟; „די קונסט פֿון קוסקוס‟; „בראָנטש‟ (אַ צונויפֿהעפֿט פֿון די ווערטער breakfast און lunch, וואָס באַטײַט אַ פֿרישטיק, וואָס מע עסט נאָענט צו מיטאָגצײַט); און „אַ פּיקניק אין פּאַרק‟.

אַ מענטש וואָס וויל זיך פֿאַרשרײַבן ווי אַ גאַסטגעבער, דאַרף דורכמאַכן אַ ספּעציעלן פּראָצעס: אַ פֿאָרשטייער פֿון EatWith קומט צו אים אַהיים, צו זען, צי דער גאַסטגעבער האָט פּאַסיקע מעגלעכקייטן אויפֿצונעמען געסט, צי דאָס עסן איז גוט, און צי די וווינונג איז באַקוועם. אויב דער פֿאָרשטייער איז צופֿרידן, שטעלט מען אַרויף די אינפֿאָרמאַציע פֿונעם גאַסטגעבער אויף דער וועבזײַט.

בײַ געוויסע גאַסטגעבער, ווערט אָנגעוויזן אַ קאָנקרעטע דאַטע פֿון זייער קומענדיקן מאָלצײַט, און בײַ אַנדערע איז די דאַטע בייגעוודיק; דאָס הייסט, דער גאַסט לייגט פֿאָר אַ דאַטע, ווען ער וועט זײַן אין שטאָט, און דער גאַסטגעבער לאָזט אים וויסן, אויב דאָס טויג.

נעמה שפֿי, די מאַרקעטינג־דירעקטאָרין פֿון EatWith, איז אַליין אַ גאַסטגעבערין, און האָט דערווײַל שוין געהאַט אַ „בראָנטש‟ בײַ איר אין דער דירה אויפֿן לאָוער איסט סײַד אין מאַנהעטן. דער מאָלצײַט איז באַשטאַנען פֿון פֿאַרשידענע מיטלענדישע פּאָטראַוועס, אַרײַנגערעכנט פֿרישער כומוס, ישׂראלדיקער סאַלאַט, פּאַטלעזשאַן און מאַלאַבי (אַ זיסער נאָכבײַסן געמאַכט פֿון צעמאָלענעם רײַז, מילך און רויזוואַסער).

אוריאל סלומון לערנט זיך ווי צו מאַכן לאָקשן, בײַ אַ גאַסטגעבער פֿון אַ ישׂראלדיקן מושבֿ
Bella Freytsis
אוריאל סלומון לערנט זיך ווי צו מאַכן לאָקשן, בײַ אַ גאַסטגעבער פֿון אַ ישׂראלדיקן מושבֿ

„ס׳איז געגאַנגען פּונקט ווי געוווּנטשן,‟ האָט שפֿי געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. די 12 געסט האָבן רעפּרעזענטירט די ווײַטע ווינקלען פֿון דער וועלט: סאַן־פֿראַנציסקאָ, סאַאָ־פּאַולאָ, שווייץ און אַפֿילו קאָרעע, און בעת מע האָט פֿאַרזוכט אַלע דעליקאַטעסן, האָט דער שמועס זיך צעצווײַגט אין פֿאַרשידענע ריכטונגען, דער עיקר — וועגן גלאָבאַלע ענינים.

„דאָס עסן צוזאַמען איז אַ פּרעכטיקער פֿענצטער צו אַנדערע קולטורן,‟ האָט זי געזאָגט.

רן און ליטל (לייטאַל) ארזי (אַראַזי), אַ פּאָרפֿאָלק אין קראַון־הײַטס, ברוקלין, גרייטן צו אַ מער אַמביציעזן מאָלצײַט פֿאַר זייערע געסט: אַ גאַנצע וועטשערע, געמאַכט פֿון עכטע צפֿון־אַפֿריקאַנער מאכלים, פֿאַרשידענע מינים קוסקוס־פּאָטראַוועס, און פּראָפֿעסיאָנעל־געמאַכטע דעסערטן, ווײַל רן איז פֿון פֿאַך אַ בעקער.

„מיר האָבן שטאַרק ליב צו קאָכן, אַזוי אַז דאָס פֿאַרבעטן געסט צו אונדז אויף אַ וועטשערע איז אַ נאַטירלעכע זאַך,‟ האָט ליטל געזאָגט. דער ערשטער מאָלצײַט וואָס זיי האָבן געזאָלט סערווירן איז אָבער, צום באַדויערן, אַנולירט געוואָרן.

„עטלעכע טעג איידער עס האָט געזאָלט פֿאָרקומען, האָט אַ פֿאָרשטייער פֿון EatWith אונדז געקלונגען, אַז מע דאַרף עס אַנולירן, ווײַל קיינער האָט זיך נישט פֿאַרשריבן,‟ האָט ליטל געזאָגט. „אפֿשר — ווײַל אונדזער פּרײַז איז צו הויך.‟ די ערזיס האָבן גערעכנט 80$ פֿאַר דער סעודה, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע גאַסטגעבער, וועלכע האָבן גערעכנט צווישן 27$ און 50$.

אַ מאָל ווערט אַ מאָלצײַט אַנולירט צוליב אַנדערע סיבות. EatWith האָט איין מאָל געשיקט אַ פֿאָרשטייער צו אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט געוואָלט זיך פֿאַרשרײַבן ווי אַ גאַסטגעבער. דאָס פּאָרפֿאָלק איז געווען סימפּאַטיש, דאָס עסן איז געווען געשמאַק, אָבער דער וואַשצימער האָט נישט אויסגעזען גענוג שיין אויפֿצונעמען געסט. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט; פֿאַרבעסערט דעם מצבֿ פֿון קלאָזעט, און צוריקגערופֿן דעם פֿאָרשטייער. דאָס מאָל האָבן זיי דורכגעמאַכט די אינספּעקציע, און מע האָט זיי אָנגענומען ווי גאַסטגעבער.

ווען ביילע פֿרייציס און אוריאל סלומון, פֿון ירושלים, האָבן זיך פֿאַרשריבן ווי גאַסטגעבער, האָבן זיי געמאָלדן, אַז זיי מאַכן וועגעטאַרישע סעודות יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, וואָס באַשטייט פֿון פֿריש־געבאַקענער חלה מיט לאַבנע (געדיכטער יאָגורט, האָניק און לימענע), פּאָמידאָרן־און־באַזיליק סאַלאַט, שוועמל־ריזאָטאָ און פֿאַרשידענע אַנדערע גרינסן.

„אויב אַ טוריסט אין ירושלים האָט נישט וווּהין צו גיין אויף וועטשערע פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, איז עס אַ גרויסע פּראָבלעם, ווײַל אַלע רעסטאָראַנען זענען פֿאַרמאַכט,‟ האָט ביילע באַמערקט. און טאַקע באַלד ווי זי און אוריאל האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף דער וועבזײַט, האָט אַ האָלענדיש מיידל, וועלכע איז אײַנגעשטאַנען אין אַן אַכסניא אין דער אַלטער שטאָט, זיך אָנגעבאָטן. דאָס מיידל האָט אויך געפֿרעגט, צי זי קען מיטברענגען צוויי אַנדערע געסט פֿון דער אַכסניא — אַ טאַטע מיט זײַן טאָכטער פֿון קאַליפֿאָרניע.

„אַוודאי, האָבן מיר מסכּים געווען, און דער אָוונט איז טאַקע געווען זייער אינטערעסאַנט!‟ האָט ביילע געזאָגט.

ביילע און אוריאל זענען שוין אויך געווען געסט בײַ אַ צווייטן גאַסטגעבער דורך EatWith. „כ׳האָב געוואָלט מאַכן מײַן מאַן אַ סורפּריז לכּבֿוד זײַן געבוירן־טאָג, און איך האָב דערזען, אַז איינער פֿון די גאַסטגעבער, וועלכער אַרבעט אין אַן אָרגאַנישן מושבֿ, פֿירט אָן מיט אַ וואַרשטאַט, וווּ ער און די געסט מאַכן ׳פּאַסטאַ׳ [איטאַליענישע לאָקשן] צוזאַמען, און דערנאָך עסט מען די לאָקשן בײַ דער סעודה,‟ האָט ביילע געזאָגט. „מײַן מאַן שטאַמט פֿון איטאַליע און האָט שטאַרק ליב ׳פּאַסטאַ׳. האָבן מיר זיך פֿאַרשריבן, און ער האָט טאַקע שטאַרק הנאה געהאַט. מיר זענען דאָרט געבליבן מער ווי 5 שעה!‟

„איידער מיר האָבן זיך פֿאַרשריבן בײַ EatWith, האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ס׳איז אַ ביסל מאָדנע אויפֿצונעמען פֿרעמדע לײַט ווי געסט אויף אַ מאָלצײַט,‟ האָט ביילע געזאָגט. „אָבער איצט זע איך, אַז סײַ די גאַסטגעבער, סײַ די געסט, זענען בטבֿע פֿרײַנדלעכע, געזעלשאַפֿטלעכע מענטשן, אַזוי אַז יעדער מאָלצײַט ווערט אַ קולטורעלע אַוואַנטורע. און די בעסטע זאַך איז — מיר פֿאַרשאַפֿן זיך נײַע פֿרײַנד, און בלײַבן מיט זיי אין פֿאַרבינדונג, לאַנג נאָך דעם מאָלצײַט.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.