די ייִדיש־פֿעסטיוואַלן: אין פֿולן ברען

Yiddish Festivals at Full Speed

דער יוגנט־אַנסאַמבל „וואַרניטשקעס‟ איז אויפֿגעטראָטן בײַם „ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל‟ אין לעמבעריק
דער יוגנט־אַנסאַמבל „וואַרניטשקעס‟ איז אויפֿגעטראָטן בײַם „ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל‟ אין לעמבעריק

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published August 16, 2013, issue of August 30, 2013.

ס‘איז שוין אלול, און דעם סוף פֿונעם זומער קען מען שוין פֿילן פֿונעם וועטער, אָבער דערווײַל קומען פֿאָר גרויסע ייִדישע פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, וועלכע ציִען צו זיך צו טויזנטער צוקוקער און באַטייליקטע. מיר האָבן פֿון פֿרײַנד אָפּגענומען גרוסן פֿון די אונטערנעמונגען, און עס זעט אויס, אַז דער אינטערעס צו דער ייִדישער מוזיק, טענץ און קולטור איז נאָך שטאַרק און איז אַ פֿאַרשפּרייטער.

אין די „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟־וואַרשטאַטן האָט מען אין די פֿריִערדיקע דרײַ יאָר געלערנט די „אַלטע‟ ייִדישע מוזיק און לידער, אָבער דעם זומער האָט מען געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער „נײַער ייִדישער מוזיק‟, און דאָס האָט אַרײַנגענומען סײַ לידער, סײַ קלעזמער־מוזיק, סײַ טענץ. פֿון אַמעריקע זענען געקומען פֿרענק לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג, פּאַטריק פֿאַרעל און בענדזשי פֿאָקס־ראָזען; און פֿון דײַטשלאַנד — אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון דער ווײַמאַרער פּראָגראַם, דן קאַהן, איליאַ שנייווײס און מאַרק קאָוונאַצקי. סטיוו ווײַנטרויב האָט געשאַפֿן נײַע טענץ בײַ דער געלעגנהייט.

דער „ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל‟ אין קראָקע האָט, ווי אַלע יאָר, צוגעצויגן טויזנטער מענטשן אויף די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט, בפֿרט בײַם שלוס־קאָנצערט, וווּ עס זענען אויפֿגעטראָטן פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס, צווישן זיי שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר גרופּע „ייִדישע פּרינצעסין‟.

אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער שטאָט לוויוו (לוואָוו, לעמבערג, לעמבעריק) האָט מען אויך געפּראַוועט, צום פֿיפֿטן מאָל, אַ יערלעכן גרויסן „קלעז־פֿעסט‟, כאָטש אפֿשר נישט אַזוי גרויס ווי דער פֿעסטיוואַל אין קראָקע. פֿון אַמעריקע איז געקומען „די קלעזמאַטיקס‟, און פֿון קעשענעוו דער דועט פֿון יעפֿים טשאָרני און סוזאַן גערגוס. אַן אָרטיקער ייִדישער יוגנט־אַנסאַמבל „וואַרניטשקעס‟ האָט אויך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿײַנע פּראָגראַם.

אין אַ וואָך אַרום פֿונעם 24סטן אויגוסט ביזן 1טן סעפּטעמבער וועט פֿאָרקומען אין וואַרשע „דער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל: זינגערס וואַרשע‟, און דאָרטן וועט מען נישט נאָר געניסן פֿון ייִדישער מוזיק, נאָר אויך פֿונעם ייִדישן טעאַטער. סײַ דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער פֿון בוקאַרעשט („יענטל‟), סײַ דער „הבימה‟־טעאַטער פֿון ישׂראל („דער דיבוק‟ אויף העברעיִש), סײַ דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער („דער דיבוק‟ אויף ייִדיש) וועט מען קענען זען.

עס וועט זיך אָנהייבן דעם מאָנטיק, „קלעזקאַנאַדע‟ אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאַל און זייערע חשובֿע געסט וועלן זיך אין דער אונטערנעמונג באַטייליקן, ווי די ישׂראלדיקער — דער קלעזמער מוסאַ בערלין, פּראָפֿעסאָר עדוואָרד סערוסי און די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש. די רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין האָט אָנגעשריבן אַן אָפּערעטע — „עלשטיין בײַ דער פּלאַזשע‟ (דער טיטל איז אַ פּאַראָדיע פֿון אַ פֿיליפּ גלאַס־אָפּערע), ספּעציעל פֿאַר דער גרויסער צאָל פֿײַנע זינגערס דאָס יאָר.

זענט איר געווען אויף אַ פֿעסטיוואַל דעם זומער? שיקט אונדז אויך אַ גרוס, אַ קורצן ווידעאָ, למשל, און דערציילט וועגן דעם.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.