מען פֿאַרגעסט דעם חורבן

Forgetting the Holocaust

אַ פֿרוי באַוויינט די קרבנות פֿון אַ נאַצי-לאַגער אין בעלגראַד.
Historical Archive of Belgrade
אַ פֿרוי באַוויינט די קרבנות פֿון אַ נאַצי-לאַגער אין בעלגראַד.

פֿון Reuters

Published August 16, 2013, issue of August 30, 2013.

בעלגראַד, סערביע. — לוסיאַ רײַנער האָט צום לעצטן מאָל געזען איר פֿאָטער, וולאַדיסלאַוו, דעם 14טן נאָוועמבער, 1941, דורכן שטעכלדראָט פֿונעם צוים אַרום אַ קאָנצענטראַציע-לאַגער אין בעלגראַד. צוזאַמען מיט איר מאַמען, פֿלעגט זי איבערגעבן דעם טאַטן שפּײַז, בריוו און בעט-געוואַנט; שפּעטער, האָט אַ וועכטער געזאָגט, אַז דער אַרעסטאַנט וועט זיך מער נישט נייטיקן אין זייער הילף.

רײַנער האָט קיינמאָל נישט אויסגעפֿונען, וואָס ס׳איז געשען מיט איר טאַטן. זי האָט זיך משער געווען, אַז ער איז אומגעקומען צוזאַמען מיט 6,000 אַנדערע ייִדן און 1,500 ציגײַנער, וועלכער זענען געווען פֿאַרשפּאַרט אין דעם זעלבן לאַגער און שפּעטער דערשאָסן געוואָרן אָדער דערשטיקט אין גאַז־קאַמערן.

אַלטע סקלאַד־בנינים שטייען נאָך אַלץ אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז אַמאָל געווען דער קאָנצענטראַציע-לאַגער, באַקאַנט ווי טאָפּאָווסקע סופּע. אינעווייניק, זענען זיי פֿול מיט מיסט און „גראַפֿיטי‟ אויף די ווענט. אַ קליינע שילד איז דער איינציקער סימן, וואָס דעמאָנט אין דער פֿינצטערער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן אָרט.

אינעם יאָר 2006, ווען אַ גרויסן טייל פֿונעם געוועזענעם לאַנד, וווּ דער לאַגער איז געשטאַנען, איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו אַ האַנדל-פֿירמע פֿאַר 27 מיליאָן אייראָ (35 מיליאָן דאָלאַר), האָט מען אויפֿגעהאַנגען די שילד וועגן חורבן אויפֿן צעבראָכענעם ציגעלנער מויער. די פֿירמע פּלאַנירט אַרײַנצולייגן 160 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דעם פּלאַץ אינעם גרעסטן אײַנקויף-צענטער אין די באַלקאַנען.

רײַנער, איצט אַ 79־יאָריקע פֿרוי, צוזאַמען מיט אַ קליינער גרופּע היסטאָריקער און אַקטיוויסטן, טענהט, אַז די פּלאַנירטע צעשטערונג פֿונעם געוועזענעם לאַגער דעמאָנסטרירט, אַז סערביע וויל נישט אָנערקענען איר חורבן-געשיכטע. „איך ווייס נישט, פֿאַרוואָס די רעגירונג האָט נישט קיין דרך-ארץ פֿאַר אַזעלכע זאַכן, וואָס טאָרן נישט פֿאַרגעסן ווערן‟.

70,000 ייִדן זענען אומגעקומען אין יוגאָסלאַוויע בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דער רעזשים פֿון יוסיפּ בראָז טיטאָ, וועלכער האָט רעגירט אינעם ראַיאָן פֿון 1945 ביז 1980, האָט נישט געוואָלט אָנערקענען דעם ייִדישן חורבן ווי אַ באַזונדערע נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. נאָך טיטאָס טויט, האָבן זיך אין יוגאָסלאַוויע פֿאַרשפּרייט ווילדע נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען, וועלכע האָבן צעריסן דאָס לאַנד אויף עטלעכע שטיקער.

סערביע איז געווען דאָס צווייטע לאַנד, נאָך עסטלאַנד, אין דער נאַצי-אָקופּירטער אייראָפּע, וואָס האָט זיך פֿאָרמעל דערקלערט „פֿרײַ פֿון ייִדן‟ אין אויגוסט 1942, ווען 90 פּראָצענט פֿון די אָרטיקע 16,000 ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן.

דער היסטאָריקער יאָוואַן ביפֿאָרד האָט געזאָגט, אַז די סערבן באַטראַכטן זיך ווי קרבנות פֿונעם נאַצי־רעזשים, ווײַל זיי האָבן געליטן פֿון די קראָאַטישע נאַצי־פֿירער. זיי ווייסן גאַנץ גוט וועגן דעם ייִדישן חורבן — אָבער אין קראָאַטיע, נישט סערביע. לויט דער פֿאַרשפּרייטער מיינונג, זענען ייִדן דערהרגעט געוואָרן בעת דער מלחמה צוזאַמען מיט די אַנדערע אָרטיקע אײַנוווינער, אָן קיין גרויסן חילוק.

די קעגנער פֿונעם פּלאַנירטן אײַנקויף-צענטער באַטאָנען אויך, אַז די פֿירמע „דעלטאַ‟, וועלכע האָט געקויפֿט דעם שטח פֿונעם נאַצי-לאַגער, געהערט צו מיראָסלאַוו מיסקאָוויטש — איינער פֿון די רײַכסטע מענטשן אינעם באַלקאַנישן ראַיאָן, פֿאַרבונדן מיט אומלעגאַצע געשעפֿטן און פֿינצטערע פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען. מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין דעצעמבער, איז ער אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ. מיסקאָוויטש האָט באַצאָלט אַ רעקאָרד-ריזיקע סומע פֿון 16 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אַרויסצוקומען פֿון תּפֿיסה.

טאָפּאָווסקע סופּע איז נישט דער איינציקער געוועזענער קאָנצענטראַציע-לאַגער אין בעלגראַד. מער ווי 6,000 ייִדן זענען אויך אומגעקומען אינעם אַנדערן לאַגער — סײַמיסטע.