תּימנער ייִדן געבראַכט בסוד קיין ישׂראל

Yemeni Jews Air-lifted to Israel

פֿון ייִט״אַ

Published August 18, 2013, issue of August 30, 2013.

אַ געהיימע לופֿט־אָפּעראַציע האָט געבראַכט 17 תּימנער ייִדן קיין ישׂראל. 4 פֿון זיי זײַנען גלײַך פֿון תּימן אָנגעקומען מיטוואָך אויפֿן פֿליפֿעלד א״נ בן־גוריון, און נאָך צוויי פּאָרפֿעלקער און איין קינד זײַנען אָנגעקומען פֿון אַן אַנדער, ניט־אידענטיפֿיצירט דריט לאַנד. די איבעריקע האָט מען בסוד געבראַכט פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ אַ גרופּע סאַטמערער חסידים האָט זיי אַהין גענומען אין אויגוסט 2011. לויט דער צײַטונג „האָרץ‟, פֿאַרנעמען זיך די אַנטי־ציוניסטישע סאַטמערער שוין עטלעכע יאָר מיט אַרויסשמוגלען ייִדן פֿון תּימן.

עטלעכע פֿון די תּימנער זײַנען אין ישׂראל זיך צונויפֿגעקומען מיט קרובֿים, אַרײַנגערעכנט עלטערן מיט זייערע יונגע קינדערלעך.

די אָפּעראַציע, אַ קאָאָרדינירטע דורך דעם „סוכנות‟ צוזאַמען מיטן ישׂראל־אינערן־מיניסטעריום, דעם אויסערן־מיניסטעריום, און דעם מיניסטעריום פֿאַר אימיגראַציע, איז פֿאָרגעקומען ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער וואַקסנדיקער סכּנה פֿאַר ייִדן אין תּימן, זינט דער פּרעזידענט אַלי אַבדוללאַ סאַלע איז באַזײַטיקט געוואָרן אין 2011.

הײַיאָר האָט מען געבראַכט 45 תּימנער ייִדן קיין ישׂראל, און זינט 2009 — 151.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער „סוכנות‟, נתן שטשאַראַנסקי, האָט געמאָלדן: „הײַנט בײַ נאַכט האָבן מיר געהאַט דעם כּבֿוד אַדורכצופֿירן אַ זעלטענע אָפּעראַציע, בעת וועלכער מיר האָבן סײַ געראַטעוועט נשמות, סײַ צונעויפֿגעבראַכט צעטיילטע משפּחות, סײַ געבראַכט נײַע עולים קיין ישׂראל. הינטער דער אָפּעראַציע איז געשטאַנען די איבערגעגעבנקייט און די באַהאַוונטקייט פֿון דער ‘סוכנות’ און פֿון די אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס האָבן בײַגעטראָגן צו דער הצלחה פֿון דער דאָזיקער אָפּעראַציע‟.

ווײַטער האָט שטשאַראַנסקי געזאָגט, אַז די „סוכנות‟ איז גרייט צו פֿאַרגיכערן די עליה פֿון די פֿאַרבליבענע ייִדן אין תּימן, אויב זיי וועלן אויסדריקן אַן אינטערעס אַוועקצופֿאָרן.

לויט „האָרץ‟, זײַנען פֿאַרבליבן אין תּימן ווייניקער ווי 90 ייִדן, וואָס אַן ערך אַ העלפֿט פֿון זיי וווינען אין אַ באַוואַכטן בנין אין דער הויפּטשטאָט, סאַאַנאַ.

די 17 תּימנער ייִדן וועט מען באַהויזן אין די „סוכנות‟־צענטערס פֿאַר דער אַבסאָרבציע פֿון נײַע עולים אין דרום־ישׂראל.

משה נאַהאַרי, אַ שוחט און אַ מלמד אינעם דאָרף רײַדאַ אין צפֿון־מערבֿ־תּימן, איז אין דעצעמבער 2008 דערהרגעט געוואָרן פֿון אַן איסלאַמישן עקסטרעמיסט, וואָס האָט אים געהייסן זיך שמדן אויף אַ מוסלמענער. דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ איז אויך דער ייִדישער קהילה־פֿירער אַהרן זינדאַני צום טויט דערשטאָכן געוואָרן אין סאַאַנאַ.

אַ 49,000 תּימנער ייִדן האָט מדינת־ישׂראל אַריבערגעבראַכט מיט עראָפּלאַנען אין די יאָרן 1949־1950 דורך דער אָפּעראַציע „פֿאַרכּישופֿטער טעפּעך‟.