האָלענדישע קהילה באַקומט בית־עולם צוריק

Dutch Jewish Community Reclaims Cemetery


Published August 18, 2013, issue of August 30, 2013.

די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון ווערקענדאַם, אַ שטאָט לעבן ראָטערדאַם, האָט איבערגעגעבן אַ בית־עולם פֿון 19טן י”ה צו דער האָלענדישער ייִדישער קהילה.

דער מעיאָר פֿון ווערקענדאַם, אַ שטאָט מיט 25,000 אײַנוווינערס, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך. דאָס איז דאָס פֿערטע מאָל אין איין יאָר, וואָס אַן אייגנטום, וואָס האָט געהערט צו האָלענדישע ייִדן פֿאַר דער מלחמה, איז אומגעקערט געוואָרן צו דער קהילה.

לויטן קהילה־וועבזײַטל אַרבעטן די שטאָט־באַאַמטע זינט 2012, כּדי צו פֿאַרפֿולקומען דעם אָמפּאַך — וואָס איז געוואָרן אַ קאָמפּליצירטער ענין, ווײַל מע האָט געדאַרפֿט באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון די קרובֿים פֿון די באַגראָבענע אויפֿן בית־עולם. די שטאָט און די קהילה האָבן געדאַרפֿט ווײַזן, אַז זיי האָבן געפּרוּווט זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט די קרובֿים, אָבער האָבן לסוף ניט געקענט.

אין מאַרץ האָט מען צוריקגעקעבן אַ שיל אין אַמסטערדאַם צו דער ייִדישער קהילה, נאָך דעם ווי זי איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין די יאָרן נאָך דער מלחמה. און פֿאַר אַ יאָרן האָט מען צוריקגעגעבן צוויי ייִדישע בית־עולמס אין דער געגנט פֿון פֿליסינגען. די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג האָט זיי איבערגענומען, נאָך דעם ווי די היגע קהילה איז צעשטערט געוואָרן אינעם חורבן.

פֿאַר דער מלחמה האָבן די נאַציס אָפּגעשאַצט די צאָל האָלענדישע ייִדן ווי 154,000, אַרײַנגערעכנט טויזנטער משומדים, האַלבע ייִדן, און דײַטש־ייִדישע פּליטים. נאָכן חורבן האָבן איבערגעלעבט אַן ערך 35,000.

דער פּראָצענט אומגעקומענע (75%) איז אַ רעלאַטיוו הויכער פֿאַר אַ מערבֿ־אייראָפּעיִש לאַנד אונטער דער נאַצי־אָקופּאַציע. (אין פֿאַרגלײַך: אין פֿראַנקרײַך זײַנען אומגעקומען 22% פֿון די ייִדן.) דער גרויסער אונטערשייד האָט צו טאָן מיט די ספּעציפֿישע באַדינגונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין האָלאַנד: די געדיכטקייט און די אָרעמקייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעקלערונג, ספּעציעל אין אַמסטערדאַם; די געאָגראַפֿישע סיטואַציע — אָן פֿעלדער און וועלדער, וווּ אַהין צו אַנטלויפֿן; אויך די אַנטוויקלטע מלוכישע אַדמיניסטראַציע, וואָס האָט געקענט אויסזאָגן די נאַציס ניט בלויז וויפֿל ייִדן עס וווינען אין האָלאַנד, נאָר אויך פּונקט וווּ זיי וווינען.