מנחם בעגין: אַ פֿירער מיט איבערצײַגונגען

An Israeli Leader With Convictions

פֿון יהודה אבֿנר

Published August 18, 2013, issue of August 30, 2013.

מנחם בעגין
Getty Images
מנחם בעגין

ווען דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער מנחם בעגין וואָלט נאָך הײַנט געלעבט, וואָלט ער די וואָך געוואָרן הונדערט יאָר אַלט. ווי קען מען פֿאַרגעסן דעם טאָג אין יוני ,1977, נאָך דעם ווי די ישׂראל־רעגירונג איז אַריבער צו דער ליכּוד־פּאַרטיי צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע, ווען בעגין איז אַרויפֿגעקומען צום שטענדער אין „כּנסת‟ פֿאָרצושטעלן זײַן נײַ־אויסגעוויילטע רעגירונג.

ער האָט געהאַלטן אַ פֿײַערדיקע רעדע, וועלכע האָט אָפּגעשפּיגלט די רעכטע אידעאָלאָגיע פֿון דער צײַט — „עס זענען פֿאַראַן מענטשן וואָס וואַרפֿן אָפּ אונדזער רעכט צו אונדזער אַלטן היימלאַנד, און אַפֿילו אונדזער רעכט צו עקסיסטירן אינעווייניק אין די הייליקע גרענעצן. וואָס פֿאַר אַ חוצפּה! וואָלט דען אײַנגעפֿאַלן אַן ענגלענדער, אַ פֿראַנצויז, אַ בעלגיער, אָדער אַ האָלענדער, אַן אונגער, אַ בולגאַרער, אַ רוס, אָדער אַן אַמעריקאַנער צו בעטן אָנערקענונג פֿון זײַן רעכט צו עקסיסטירן? דאָס וואָס זיי עקסיסטירן איז דאָך זייער רעכט צו עקסיסטירן!‟

בעגינס חסידים האָבן אים געלויבט אין הימל אַרײַן און זײַנע קעגנער האָבן אים פֿײַנט געהאַט שׂינאת־מוות. ס‘איז נישט געווען קיין איין ענין איבער וועלכן ער איז געבליבן נייטראַל. אַלע פֿאָרגייער זײַנע אין זײַן פּאָזיציע זענען געווען פּיאָנערישע סאָציאַליסטישע, וועלטלעכע פֿירער. ער האָט זיך אַליין באַטראַכט ווי אַ ליבעראַלן דעמאָקראַט פֿונעם אַלטן שניט —מיט אַ מענטשלעכער באַציִונג צום פּראָסטן ישׂראלדיקן בירגער. הײַנט דערמאָנען זיך אַ סך מענטשן אין אים מיט ליבשאַפֿט צוליב דער דאָזיקער באַציִונג, ווי אויך צוליב דעם שלום, וואָס ער האָט אָפּגעמאַכט מיט עגיפּטן, דעם גרעסטן און מעכטיקסטן פֿון אַלע אַראַבישע לענדער.

אַ סך אַנדערע מענטשן האָבן אים באַצייכנט ווי אַ מלחמה־צינדער, צווישן זיי פּרעזידענט דזשימי קאַרטער. ס‘איז אים קיין מאָל נישט געפֿעלן געוואָרן בעגין, און ערשט שפּעטער האָט בעגין פֿאַרשטאַנען די פֿאָראורטלען וואָס קאַרטער האָט געהאַט קעגן ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, האָט בעגין אין „קעמפּ דייוויד‟ אין 1978 פֿאַרהאַנדלט די תּנאָים פֿונעם שפּעטערדיקן שלום־אָפּמאַך, און כּדי דאָס צו דערמעגלעכן, האָט ער אָפּגעגעבן דעם גאַנצן סיני־האַלבאינדזל (הײַנט אַ צענטער פֿון איסלאַמישע מיליטאַנטן) און געדאַרפֿט צענעמן אַלע ייִדישע קאָלאָניעס דאָרטן.

אָבער ווען עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן די רעכט צום „ביבלישן היימלאַנד‟ איז בעגין געווען אומבייגעוודיק. ווען די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט אים אַמאָל געהאַט געפֿרעגט, צי ער וועט טאַקע אַנעקסירן דעם מערבֿ־ברעג, האט ער געענטפֿערט — „מע אַנעקסירט פֿרעמדע טעריאָטאריס, נישט אַן אייגן לאַנד, וועמענס טעריטאָריעס מע האָט באַפֿרײַט. אַ ייִד האט דאָס רעכט זיך צו באַזעצן אין די באַפֿרײַטע טעריטאָריעס פֿון אונדזער ייִדישן היימלאַנד‟.