עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט „בראָנפֿן‟

Whiskey in Yiddish


פֿון הערשל גלעזער

Published August 23, 2013, issue of September 13, 2013.

וועגן ביר און ווײַן האָבן מיר שוין געשריבן בשעתּו, איז איצט כּדאַי אַרײַנצונעמען די דריטע קאַטעגאָריע אַלקאָהאָל: בראָנפֿן. בראָנפֿן מאַכט מען פֿון דיסטילירן ס’רובֿ ווײַן אָדער געיוירענעם זאַפֿט; דורך דעם נעמט מען אַרויס אַ סך וואַסער, ווערט דאָס געטראַנק וואָס בלײַבט מער קאָנצענטרירט, שטאַרקער. אויך דער טעם בײַט זיך.

דאָס וואָרט „בראָנפֿן‟ (אין דער ליטע איז אויך פֿאַראַן „בראַנפֿן‟, מיט אַ פּתח) נעמט זיך פֿונעם מיטל־הויכדײַטשישן brantwīn, אין תּוך אַרײַן „געברענטער ווײַן‟; אין הײַנטיקן דײַטש זענען פֿאַראַן סײַ Branntwein, סײַ Weinbrand. פֿון מיטל־הויכדײַטש איז עס אויך אַרײַן אין האָלענדיש — brandewijn — און פֿון דאָרטן אין ענגליש: קודם, האָט מען געזאָגט brandywine, דערנאָכדעם עס געקירצט אויף brandy. דאַכט זיך, אַז אויף מאַמע־לשון איז בראָנפֿן טײַטש יעדער שאַרפֿער געטראַנק, בשעת אויף ענגליש איז brandy אַ געטראַנק, וואָס מע מאַכט בדרך־כּלל פֿון ווײַן, אָבער אויך פֿון פֿרוכטזאַפֿט. אַהער קערן אויך דאָס שפּאַנישע aguardiente מיטן פּאָרטוגאַלישן aguardente, אַ צונויפֿהעפֿט פֿון agua/água „וואַסער‟ מיט ardiente/ardente „ברענענדיק‟. פֿאַראַן נאָך אַ משפּחהלע אין דער קאַטעגאָריע, דאָס טשעכישע pálenka, וואָס איז אויף אונגעריש געוואָרן pálinka, פֿונעם (טשעכישן) ווערב pálit „פֿאַרברענען‟. הײַנט דאָס ייִדישע „יין־שׂרף‟ און „יי”ש‟ — פֿונעם לשון־קודשדיקן אויסדריק פֿאַר „געברענטער ווײַן‟.

פּויליש wódka און רוסיש vodka, ווידער, זענען דימינוטיוון פֿון woda/voda „װאַסער‟, אַזוי ווי ס’וואָלט געווען „וואַסערל‟ אויף מאַמע־לשון. אויף פּויליש איז אויך דאָ gorzałka, פֿונעם ווערב gorzeć „ברענען‟; פֿון דעם וואַקסט מסתּמא אויס די ייִדישע פֿאַמיליע „גוראַלניק‟ — „בראָנפֿן־מאַכער‟. (פֿון וואַנעט וואַקסט די פֿאַמיליע „בראָנפֿמאַן‟ איז דאָך קלאָר, ווי דער טאָג.)

זעט איר, די באַקאַנטע פֿראַנצייזישע מינים בראָנפֿן Cognac און Armagnac הייסן אין זכות פֿון די שטעטלעך, וווּ מע האָט זיי צו ערשט געמאַכט. נאָר קאָניאַק איז געוואָרן אַזוי באַרימט, אַז אָפֿט זאָגט מען, אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, „קאָניאַק”, ווי ס’וואָלט געווען אַ כּוללדיקער טערמין, נישט קיין פּרט־נאָמען. דאָ מוז איך ציטירן אונדזער גרויסן סאַטיריקער, דער טונקעלער, וואָס אין זײַן „קאָן, אַן אַנטיסעמיטישער רעפֿעראַט‟ — האָט ער פֿאָרגעהאַלטן „קאָן‟ (דער פּוילישער וואַריאַנט פֿון „כּהן‟, ד”ה, דער ייִד), אַז כאָטש „ייִדן באַרימען זיך מיט זייער ניכטערקייט, פֿון וועמען שטאַמט דאָס וואָרט… קאָנ־יאַק?!‟

אויף ייִדיש זענען דאָ נאָך אַ היפּשע צאָל סינאָנימען. לאָמיר אָנהייבן מיט „משקה‟, פֿון אַ לשון־קודשדיקן שורש ש ק ה, טײַטש „געבן צו טרינקען, באַוואַסערן‟. אין הײַנטיקן עבֿרית זאָגט מען „משקה חריף” „שאַרף געטראַנק‟. פֿאַראַן אויך „ספּירט‟ און „שפּירט‟, וואָס דער אַבֿי־אַבֿות דערפֿון איז דאָס לאַטײַנישע spīritus „גײַסט, מהות‟, וואָרן די אַמאָליקע אַלכעמיקער האָבן געמיינט, אַז דאָס וואָס ס’בלײַבט נאָכן דיסטילירן איז דער מהות פֿון דער זאַך.

אַ באַזונדער קאַפּיטל איז „אָקעוויט‟. דאָס לאַטײַנישע aqua vitae „לעבן־וואַסער‟ האָט כּלומרשט געגעבן דעם וואָס טרינקט עס, אַ לאַנג לעבן — אַזוי האָבן געמיינט די אַלכעמיקער בשעתּם. אָט דער טערמין איז אַרײַן אין אַ סך לשונות אָדער דורך קאַלקירן — איבערזעצן זײַנע עלעמענטן, ווי, אַ שטייגער, דאָס פֿראַנצייזישע eau de vie און דאָס אירישע uisce beatha — אָדער דורך סתּם לײַען: אויף דײַטש Aquavit, אין די סקאַנדינאַווישע לשונות akvavit, אויף פּױליש okowita, אויף ייִדיש „אָקעוויט‟. און אויב איר דערקענט נישט uisce beatha, זאָלט איר וויסן, אַז דאָס ערשטע וואָרט פֿון דער פֿראַזע רעדט מען אַרויס „וויסקי‟!

דאָ איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען דאָס לשון־קודש־שטאַמיקע „מים חיים‟ „(אות־באות) לעבעדיק וואַסער‟, וואָס זײַן תּחילתדיקער טײַטש אויף לשון־קודש איז טאַקע „וואַסער וואָס פֿליסט פֿון, למשל, אַ ברונעם‟, אָבער וואָס איז אויף מאַמע־לשון טײַטש „בראָנפֿן‟; לויטן עבֿריתּישן לעקסיקאָגראַף אַבֿרהם אבֿן־שושן שטאַמט דער נײַערער טײַטש פֿון דער מאָדערנער צײַט, אפֿשר פֿונעם „גערעדטן לשון‟, וואָס דאָס איז זײַן אייפֿעמיזם פֿאַר ייִדיש. (דאָס וואָרט „ייִדיש‟ איז בײַ אים אין ערגעץ נישטאָ — אָסור לדבר…)

חוץ די אויבן אַרומגערעדטע ווערטער, האָבן מיר נאָך: דער ביטערער טראָפּן, נאַריש וואַסער, מים המאָררים „וואַסער וואָס מאַכט פֿאַרשאָלטן‟, מהיכא־תּיתי, תּיקון, שנאַפּס. וועגן די לעצטע צוויי איז כּדאַי אַ ביסעלע אַרײַנגיין אין פּרטים — ווי דען קריגט מען אַ תּיקון פֿאַר דער נשמה אויב נישט מיט אַ טרונק בראָנפֿן? איז דער טרונק אַליין געוואָרן אַ תּיקון; „שנאַפּס‟, ווידער, נעמט זיך פֿונעם ווערב „שנאַפּן‟, וואָס אינעם צפֿונדיקן דײַטש איז עס געווען טײַטש „שלוקן‟.

ווערטלעך וועגן בראָנפֿן, שיכּורן אד”גל זענען דאָ אָן אַ שיעור. אָט איז אַן אָפּקלײַב וועגן בראָנפֿן, פֿון סטוטשקאָוון:

אַ טרונק בראָנפֿן וואַרעמט אום ווינטער און קילט אום זומער.

דרײַ זאַכן שאַטן קיין מאָל נישט: שלאָף, בראָנפֿן און אַ באָד.

קודם לַכּל איז גוט אַ שהַכּל.

אָדם יסודו מעפֿר וסופֿו לעפֿר, און בינו לבינו איז גוט אַ טרונק בראָנפֿן.

גאָט איז גאָט און בראָנפֿן איז בראָנפֿן.

אַז שדי [אויף דער מזוזה] קען זיך נישט באַגיין אָן אַ גלעזל, ווי זאָל זיך דער זינדיקער מענטש באַגיין?

ביז דער קרעטשמע דאַרף מען אויף אַ טרונק.

אַ גוטער יריד איז ווערט אַ טרונק בראָנפֿן, נאָך אַ שלעכטן יריד מוז מען טאָן אַ טרונק בראָנפֿן.

אויף צו מאַכן אַ כּוסע איז אַ מזל־טובֿ אויך גענוג.

קיין שאָק טויג נישט, מערנישט אַ קעלישאָק איז גוט.

מיט אַ ביסל נאַריש וואַסער ווערט פֿון אַ מענטשן אַ חזיר.

בראָנפֿן איז פּלוידער־וואַסער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.